בלאט 1 פון 3

אנקעטע: דו טראגסט שבת אין ווילאמסבורג?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:59 am
דורך קרעקער
פליז נישט אריינמישען די סומאטוכע צו מען מעג טראגען צו נישט זיכוי הפת און רבי זי"ע דעת הרבנים
לאמיר אלעס לאזען אין די זייט און נעמען א אנקעטע ווער סטראגט?
בהפרסיא? בצנעא אין טאש?

איך האלט אז א גרויס פראצענט וויליאמסבורג טראגט כאטש בצנעא איך ווייס נאר נישט וויפל פראצענט לאמיר נעמען א אנקעטע

איך טראג אין טאש כדארף נישט מזאל מיר נאכשרייען און טעראריזען

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:35 am
דורך outspoken
טראג נישט, אן אריינגיין צו מ'מעג יא אדער נישט, 10 יאר און קיינער ווייסט נישט ווי ס'איז די עירוב, קיין איין מאל האט זיך עס נאך נישט צוריסען NAA' ITS NOT FOR ME איך דארף זיין גאר א גרויסע חסיד (שוואנץ) פון די מתירים צו טראגען.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:43 am
דורך הוגה
איך טראג געהעריג, איך פרוביר אז עס זאל אבער נישט זיין in your face ווען מעגליך, פשוט אלץ סענסיטיוויטי פאר די קהילות האוסרים.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:52 am
דורך אפטעמיסט
איך טראג בפרהסיא רח"ל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:56 am
דורך גנדי
איך טראג אפען מיין טלית באטעל.
איך שטופ די קערידזש שטאלצערהייט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:21 am
דורך שמעקעדיג
דא האסטו גנדי, חילול שבת ברענגט צו שטאלצע גאוה!

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:45 am
דורך חד גדיא
איך טראג נישט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:53 am
דורך ברעט מענינג
ווער עס געט א לייק פאר חד גדיא דער טראגט נישט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:12 pm
דורך גנדי
שמעקעדיג האט געשריבן:דא האסטו גנדי, חילול שבת ברענגט צו שטאלצע גאוה!


גאוה דקדושה.

מיין שטאלצע גאווה קומט פון די גע׳אסר׳טע טמא׳נע אינטערנעט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:16 pm
דורך גאלד
איך טראג בשעת הדחק,

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:25 pm
דורך טעפל
איך טראג בריש גלי משום יראו ויתפוצצו.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:29 pm
דורך signout
איך טראג נישט אין שריי נישט, אזווי רוב שטאט

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:32 pm
דורך היסטאריקער
outspoken האט געשריבן:טראג נישט, אן אריינגיין צו מ'מעג יא אדער נישט, 10 יאר און קיינער ווייסט נישט ווי ס'איז די עירוב, קיין איין מאל האט זיך עס נאך נישט צוריסען NAA' ITS NOT FOR ME איך דארף זיין גאר א גרויסע חסיד (שוואנץ) פון די מתירים צו טראגען.


גדולי וזקני הרבנים הגה״צ מאודווארי זצ״ל ויבלח״ט האליינער רב, סערדיהעלער רב רח״ל כ״ץ ועוד זענן מעיד אז עס איז דא א כשרע עירוב, ווען זענן זיי געווארן אויס באגלייבט?

בד״א איך טראג נישט מספק אז מיין רבי האט האט עס נישט געוואלט, און אוודאי טו איך נישט דאס וואס ער האט זיכער נישט געוואלט ווי למשל פארן אויף אר״י (אוודאי נישט ברוב עם) לאזן בחורים גיין צו חתונות, משנה זיין דעם דרך הלימוד וכדומה

I ain't picking & chosing

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:36 pm
דורך גאלד
איך שריי אויך נישט,
אבער לגמרי נישט מחמת מיין שטעלונג לגבי כשרות העירוב
פשוט כ'אב אביסל זעלבסטווירדע און דיגניטי נישט צו ציגיין צי א ווילד-פרעמדע פרידליכע מענטש און איהם פערזענליך באפאלן,

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:45 pm
דורך גאלד
outspoken האט געשריבן:טראג נישט, אן אריינגיין צו מ'מעג יא אדער נישט, 10 יאר און קיינער ווייסט נישט ווי ס'איז די עירוב, קיין איין מאל האט זיך עס נאך נישט צוריסען NAA' ITS NOT FOR ME איך דארף זיין גאר א גרויסע חסיד (שוואנץ) פון די מתירים צו טראגען.


סאו דו ביסט ערענסט חושש אז די גאנצע עירוב איז א בלאף? ממש כעין פרשת פינקל? און די אלע רבנים זענען אין דעם קאנספיריסי?
לפענ"ד דארף מען זיין א גאר עקסטרעמער פאנאטיקער צו קאנסידרן אזא טעאריע,

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:59 pm
דורך מצטמק ויפה
היסטאריקער האט געשריבן:
גדולי וזקני הרבנים הגה״צ מאודווארי זצ״ל ויבלח״ט האליינער רב, סערדיהעלער רב רח״ל כ״ץ ועוד זענן מעיד אז עס איז דא א כשרע עירוב, ווען זענן זיי געווארן אויס באגלייבט?



I ain't picking & chosing


האט ר' חיים לייב כ"ץ אמאל געגעבן א היתר אויף ווילאמסבורג? און אויב יא האט ער עס אליין געזען אדער פארלאזט ער זיך אויף די רבנים המכשירים?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:04 pm
דורך גאלד
אויף די כשרע פאטעטע טשיפ אין גראסערי ביסטו אויך חוקר די אלע חקירות? אדער דרייסט ארום די בעג זיכסט אויף דעם היימישן סימבאל און דא ענדיגט זיך עס, נו מאי שנא?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:10 pm
דורך היסטאריקער
איך האב גהערט מפיו פון איינעם מגדולי הרבנים ( איך קען נישט זאגן ווער צוליב גילוי)וואס האט מעיד געווען בשמו אז ער האט געזען דעם גאנצן ערוב, און עס איז כשר לכתחלה

האליינער רב טראגט אליין בפומבי, מ׳ דארף נישט מער

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:12 pm
דורך מצטמק ויפה
הער מיך אויס ווען עס זאל ווען זיין א סימבאל מיט א הכשר, איז עס טאקע גארנישט אנדערש ווי דער פאטעיטא טשיפס, אבער ליידער דא האט זיך ארויסגעשטעלט אז קיינער למעשה האט נישט ארויסגעגעבן א היתר בכתב וכדו' און אלעס איז נאר בע"פ, און ווען איינער האט שוין יא געזאגט עפעס האט מען גלייך פארקויפט אז יענער האט צירוקגעצויגן, איז וואס האסטו טענות?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:16 pm
דורך איך אויך
כ'מיין עס איז מיר נאכנישט אויסגעקומן צו טראגן אין ווילי אבער אז עס וועט זיך מאכן וועל איך טראגן בלי שום פקפוק פין די פיפיקלעך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:20 pm
דורך גאלד
סאו קיין איין איינציגער רב געבט נישט קיין אפציעלע הכשר אויף די וומ"ב עירוב, קען דאס איינער באשטעטיגן?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:21 pm
דורך לעמיל
בעלזא דיין ר' מאיר מאיעס איידעם פון ר' פישלע געבט די הכשר היינט צו טאגס

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:23 pm
דורך גאנצל
די סיבה פארוואס עס איז דא מער מענטשן וואס טראגן אין בארא פארק ווי אין ווילי איז קלאר ווייל אין ב"פ איז דער עירוב אפען יעדער קען עס זעהן און ס'איז דא א רב וואס זאגט אפען איך בין דער בעל אחריות משא"כ אין ווילי

און די סיבה פארוואס אין ווילי איז נישטא דעס איז ווייל אין ווילי איז נישטא קיין רבנים וואס האבן די באללס זיך ארויסצו שטעלן אקעגן די אונטערוועלטניקעס