בלאט 1 פון 1

ווען TH מיינט יא

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 3:24 pm
דורך מורינו הרב
וויפיל מאל האט זיך שוין געמאכט, אז איר שרייבט זיך מיט א חבר, איר פרעגט אים א שאלה אין אידיש, און דער ענטפער קומט צוריק th, גראד נאכדעם גיבט זיך דער חבר א כאפ און שרייבט דיר שנעל 'יא'. איך בין זיכער אז יעדער האט עס שוין געהאט. דאס איז איינע פון די טעכנעלאגישע חידושים פונעם לעצטן יאר הונדערט, אז דער ווארט TH, איז א אידישע 'יא' צייכן. ס'וועט נאך אפשר קומען אמאל א צייט וואס מען וועט עס נוצן לכתחילה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 3:34 pm
דורך sefish
HT נישט TH

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:55 pm
דורך שמעקעדיג
קודם זאגט ווען עס מיינט עפעס אנדערש, און נאכדעם עמיר רעדן ווען עס מיינט יא.
אינטרעסאנט ווי יעדער האט אנדערע סארט דאגות.