זענטא רב אויף א באזיך אין אוקריינא
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:37 pm
דער זענטא רב, הרב ליפא טייטלבוים, דער צווייטער זון פון כ"ק אדמו"ר הברך משה מ'סאטמאר זי"ע, און איידעם ביי הרב אפרים יוסף דוב אשכנזי ז"ל, רב ביהמ"ד טאלטשעווע ומשב"ק ויד ימינו מכ"ק אדמו"ר הדברי יואל מ'סאטמאר זי"ע, איז יעצט אויף א באזיך אין אייראפע, לכבוד די יארצייט פון זיין זיידע הגה"ק הקדושת יום-טוב זי"ע, וואס פאלט אויס קומענדיגן דאנערשטאג, כ"ט שבט, און מנוחתו כבוד איז אין שטאט סיגוט, ווי דער קדושת יו"ט זצ"ל האט משמש געווען 21 יאר.
דער זענטא רב האט געדאווענט שחרית מיט די תלמידי תלמוד תורה חב"ד, אינעם כפר החינוך "אור אבנר" וואס איז אויפגעשטעלט געווארן צווישן מעזיבוזש און בארדיטשוב, גאר נאנט צום שטאט זיטומיר.
אין די זעלבע צייט האט דער זענטא רב אויסגעניצט די געלעגענהייט מחזק צו זיין די דארטיגע קינדער
ווי ער האט אויסגעטיילט ציקערלעך פאר די טייערע תינוקת של בית רבן
דער זענטא רב האט אויסגעדריקט התפעלות פונעם עבודת הקודש וואס די שליחי חב"ד טוהן, ובראשם דער מרא דאתרא פון שטאט זיטומיר און מייסד המוסדות הרב שלמה ווילהעם שליט"א