בלאט 1 פון 1

סייגים אויף איסורים, נישט גדרים אויף מענטשן

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:16 pm
דורך לולקע-ציבעך
דער ענין פון "בחירה" איז א פאקט פונעם מענטשליכן לעבן. יעדער געזונטער מענטש האט אין זיך צוויי כוחות, וואס שלעפן אים אהער און אהין. דער "אהער" און "אהין" קענען זיין אנדערע זאכן, אין אנדערע ריכטונגען. עס ווענדט זיך אינעם מענטש און די כללים פון דער סביבה אין וועלכער ער געפינט זיך. די מלחמה, דאס דארפן אויסקלויבן איינס צווישן צוויי צדדים, מאכט זיך ביי כמעט יעדן מענטש, ממש יעדן טאג. די איינציגע אפשר-אויסנאמען זענען צדיקים גמורים און רשעים מובהקים, וועמענס גאנצער מוח איז איבערגעמאכט געווארן און איז אינגאנצן געוואנדן אין איין דירעקציע, לכאן או לכאן.

חומרות, גדרים און סייגים זענען טייל פונעם אידישן לעבן. אין דער תורה געפינען מיר נאך דעם געדאנק פון מאכן א סייג. דאס איז געווען ביים מעמד הר סיני, ווען דער רבונו של עולם האט אנגעזאגט משה רבינו צו מאכן א סייג, א באשטימטן שטח ארום דעם בארג, וואס קיינער זאל נישט איבערטרעטן, כדי זיכער צו מאכן אז קיינער איז נישט עובר אויף דעם אייגנטליכן איסור פון ארויפגיין אויפ'ן בארג ממש.

ווען מען שטעלט צו א גדר צו אן עבירה, ווערן די מענטשליכע אימפולסן נישט אויטאמאטיש פארשווינדן. דער קאמף צווישן יא און ניין, אהין און אהער, איז אן איינבירגערטע אייגנשאפט פונעם מין מענטש. וואס יא, עס העלפט פארזיכערן, אז אפילו אין פאל דער מענטש וועט נישט באווייזן זיך צו שטארקן איבער דעם ניין, וועט ער נאך אלץ נישט עובר זיין אויף דעם אייגנטליכן איסור. ער וועט האבן איבערגעקראכן די צוים, אבער נישט באטראטן דאס פארבאטענע באדן. דאס איז דער אויפטו פון א גדר.

א סייג ווערט געווענליך געמאכט פאר א גאר הארבער עבירה, אדער עפעס וואס איז צו צוטריטליך און די שאנסן אז מענטשן אויף דעם איסור עובר זיין זענען היפש גרעסער ווי געווענליך. א גדר איז נישט קיין שפיל וואס קומט דעמאנסטרירן, שוין אפגערעדט פון ארויפצווינגען, פרומקייט אויפ'ן ציבור. פאר זיך אליין קען א מענטש זיך איינשטעלן וויפיל און וואספארא גדרים ער וויל נאר (הגם אפילו פאר'ן יחיד איז לויט חז"ל אויך נישט באזונדערס גוט זיך צו מאכן חומרות אין דער וועלט אריין). פאר'ן כלל, אבער, איז שוין אן אנדערע מעשה. די גמרא זאגט אז אפילו ביי א פאל וואו א גדר איז יא וויכטיג, דארף מען זיך אבער אפהאלטן פון אים איינשטעלן אויב איז עס עפעס וואס "אין רוב הציבור יכולין לעמוד בה." חז"ל האבן דעם ענין גארנישט גענומען אזוי לייכט, הגם זיי זענען קלאר געווען איבערצייגט אין דער וויכטיגקייט דערפון, ווי ס'איז צו זען פון דער צאל און פארנעם גזירות און הגדרות.

ווען א גדר ווערט איינגעשטעלט, דארף ער געזען און איבערגעגעבן ווערן גענוי ווי און וואס ער איז: א גדר. ס'איז נישט דער אייגנטליכער איסור – הגם עובר זיין אויפן גדר איז אויך אסור מכוח "לא תסור".

א גדר טאר אויך נישט געמאכט ווערן מיט'ן ציל פון אויסרייסן מענטשליכע אימפולסן און די מלחמות וואס יעדער מענטש האט אין זיך צווישן די צוויי פערזענליכע יצרים זיינע. מיר געפינען איין פאל וואו חז"ל האבן אויסגעריסן א יצר, דעם יצר הרע פון עבודה זרה. אבער דאס איז געקומען נאך דעם וואס דורות פון ערפארונג האבן געוויזן קלאר, אז רוב כלל ישראל קען זיך מיט אים נישט קיין עצה געבן. עבודה זרה איז גענוג הארב, די פראבלעם איז געווען גענוג גרויס, און אין יהדות איז דאס גענוג א וויכטיגער יסוד (און יענע מענטשן זענען געווען גענוג גרויס) אז חז"ל זענען געקומען צו דער מסקנא אז קיין אנדערע ברירה איז נישט פאראן.

א גדר ווערט איינגעשטעלט ווי א צוים צו דער עבירה. די צוים ווערט געשטעלט ארום דעם שטח האיסור, נישט ארום דעם מענטש און זיינע נטיות. איינצוימען דעם עצם מענטש איז נישט קיין מענטשליכע זאך. בהמות, וואס האבן נישט קיין פארשטאנד און זענען נישט מחוייב געווארן מיט'ן "ובחרת בחיים" דארף מען איינצוימען. מענטשן דארף מען לאזן בוחר זיין. אויב די פראבלעם, אדער מעגליכקייט אנצוקומען צו איר, איז צו גרויס, שטעלט מען א צוים ארום דער פראבלעם. דעם מענטש לאזט מען אבער ווייטער פריי.

אין חב"ד חסידות איז דער אויסדרוק "מוח שליט על הלב" זייער גאנגבאר. דער מוח, דעם מענטש'ס רצון, דארף באהערשן זיינע נטיות און אימפולסן. דאס מיינט נישט אז דאס הארץ דארף אויסגעריסן ווערן און די געפילן אפגעטויט ווערן. אויב זאל דאס זיין דער ענין, וואלט נישט געווען קיין ענין פון משליט זיין דעם מוח. דער מוח קען באהערשן נאר עפעס וואס איז דא. עפעס וואס איז נישטא, איז נישט שייך איינצונעמען. די ליובאוויטשער ניגונים וואלטן קיינמאל נישט געבוירן געווארן, אויב וואלטן די "שליטה" באשטאנען פון אויסרייסן דאס הארץ.

דערפאר טוט עס וויי צו זען ווי די יוצרות זענען אזוי ביטער פארדרייט געווארן אין אונזערע צייטן. א גדר ווערט טייל פונעם עצם איסור, וואס איז פאר זיך נישט מער ווי א גדר אויף א גדר אויף א – מסורה. נישט אז עמיצער האט זיך בכוונה אוועקגעשטעלט אזוי איבערטייטשן דעם מיין פון גדר; ס'אבער למעשה אזוי געווארן. אפטמאל באקומט מען דאס געפיל, אז דער גדר איז א ציל פאר זיך, שווער צו מאכן דאס לעבן מיט'ן ציל פון שווער מאכן דאס לעבן – ווייל דאס לעבן מוז בהכרח זיין שווער. מענטשן טראגן זיך הינטער-באוואוסטזיניג ארום מיט א מאדנער הנחה, אז אידישקייט און שוועריגקייט מוזן בהחלט גיין אינאיינעם. דאס איז נישט נאר פאלש, נאר דייקא קעגן יהדות. פירן דערצו אז מענטשן זאלן זיין אומבאקוועם מיט א לעבן על פי תורה בעיקר אדאנק חומרות און גדרים, וואס האבן נישט זעלטן לכתחילה נישט קיין זכות קיום, איז אן עוולה קעגן אידישקייט גארנישט ווייניגער ווי די אידן קעגן וועמען זיי ווערן אנגעווענדט.

נישט נאר זענען די גדרים אומבארעכטיגט, נאר זיי ווערן אויך אוועקגעשטעלט אויפ'ן נישט ריכטיגן פלאץ. אויטענטיש אויסדריקן הרגשים, בדיבור ובמעשה, איז ביי אונז געווארן אזא סארט "טאַבו". האלזן און קישן, כאפן און אויסדריקן התפעלות פון מענטשן און געשעענישן איז געווארן א נחלת פון א מינאריטעט. דער עולם, דער רוח המקום איז פול מיט ציניזם – און דווקא ביי גוטע מענטשן, מיט גוטע כוונות.

דאס לעצטע מאל דער יצרא דעריות איז אנגערירט געווארן, איז געווען דעמאלט, אין דער זעלבער תקופה ווען די אנשי כנסת הגדולה האבן מבער געווען דעם יצרא דעבודה זרה. און אפילו דעמאלט האבן זיי נישט מער ווי אנגערירט – ארויסגעריסן פון אים איין האר. דאס איז געווען מיט ארום צוויי טויזנט יאר צוריק. די פראבלעם פון דעם חטא איז אייביג געווען, אין אלע צייטן, ביי אלע מענטשן. און יא, אין אלע צייטן זענען גדרים ארום דעם חטא געמאכט געווארן. אין אונזערע צייטן ווערן אבער געמאכט גדרים ארום דעם מענטש. און נישט סתם גדרים, נאר אזעלכע וואס צוימען אפ דעם מענטש אין א שטח וואס לאזט אסאך נישט לעבן, אפילו בהיתר, אפילו במצווה. אנשטאט גדרים, איז די גאנצע נושא אפגעסטעמפלט געווארן אלס א פראבלעם, אזא בדיעבד, עפעס וואס איז בנמצא פשוט ווייל כ'האב נישט קיין ברירה.

און דאס איז נאר איין פועל יוצא פון דעם פארקרימטן וועג פון קוקן אויף איסורים און גדרים. אפילו אן אויפריכטיגן קאמפלימענט האבן אסאך פון אונז מורא צו זאגן און אפילו נעמען.

ס'איז א שאד, באמת א שאד, אז אזעלכע יסודות'דיג פאלשע הנחות זאלן געטראכט ווערן אין נאמען פון פרומקייט און איינגעפירט ווערן אלס טייל פון אידישקייט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:16 pm
דורך ברסלבער
[tag]לולקע-ציבעך[/tag], זייער שיין און ריכטיג געזאגט. כדרכך בקודש.
איך האב שוין געשריבן ערגעץ אנדערש אז אפילו די חומרות וואס די צדיקים האבן געמאכט פאר זיך, איז דאס געווען מחמת שמחה, זיי האבן זיך אזוי געפריידט מיט די מצות אז זיי האבן געוואלט צולייגן נאך מער. אבער אויב די חומרות ברענגן נאר מרה שחורה מיט הארץ עסענישן, דאן איז יצא שכרו בהפסידו.