בלאט 1 פון 1

סיפורי צדיקים

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:32 pm
דורך היימישער ליטוואק
רעדנדיג צו א חבר, א סטמארער תלמיד, פארציילט ער מיר אז עס איז באקאנט אז דער סטמאר רבי צ"ל האט נישט גהאלטן אז מדארף גלייבן אלע חסיד'ישע מעשיות. און אז דאס איז א חלק פון סטמאר רבינס שיטה, און אז בעיקר איז אין דעם גליגן דער יסוד פון סטמאר רבי'ס מלחמה מיט אנדרע רביס.
איך האב אים גפרעגט, צו אין סאטמאר גלויבט מען די סיפורים אויף דעם אריז"ל. זאגט ער "אוואאאדע".
אויפן בעל שם טוב? "אויך".
אויף רבי אלימלך מליזענסק? "אויך"
אויב אזוי וואס פונקטליך גלייבן סטמארע חסידים אנדערש ווי אנדרע חסידים?
ער האט מיר נישט גזאגט קיין דברים ברורים. ווייסט איינער דא דער אמת?

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:46 pm
דורך ברסלבער
סאטמאר רבי האט בלויז אזויפיל געזאגט אז מען זאל נישט בויען קיין הלכות אויף די מעשיות. אבער פארשטייט זיך אז בלויז צו דערציילן א מעשה אלס חיזוק אין אידישקייט און אין אמונת חכמים, איז זיכער נישט קיין פראבלעם.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:47 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך פרעג צו ער האט גגלייבט אין די מעשיות, האט ער?

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:50 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וואס הייסט צו ער האט געגלייבט מעשיות?

צו ער האט געגלויבט אז צאנזער רב האט געזאגט אז די חיוב פון א רב איז "להחיות רוח שפלים ולב נדכאים"

צו ער האט געגלויבט אז דער ייטב לב האט געפירט א ישיבה און מעמיד געווען תלמידים לאלפים ?

וועלכע מעשיות ווילסטו וויסן צו ער האט געגלייבט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:54 pm
דורך היימישער ליטוואק
דו ווייסט וואס איך רעד פון.
די מעשיות פון מופתים און הוקוס-פוקוס.
(יא איך לייג צי, די מעשיות אויף דעם גר"א אויך...)

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:07 pm
דורך משולם שטיינפעלד
ווענד זיך וואס די מעשה איז געווען, די עצם פאקט אז ביי רביס זענען געווען מופתים יא.

צו יעדע מעשה'לע אויפן בעל שם אן א מקור מוסמך, נישט.

עס איז נישט קיין בלענקעט כלל, יא געגלייבט אדער נישט געגלייבט

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:12 pm
דורך ראש הישיבה
לדעתי כבודו במקומו מונח. אבער די מערסטע מופתים/שקרים איז פארציילט געווארן אויף די רבי זי"ע. נישט ח"ו צופארמינערין אין זיין גדלות וויל איך. אבער מען זעהט א מדה כנגד מדה, אז ער האט אוועקגעמאכט אלע מעשיות, און אויף די רבי זי"ע פאנטאזירט מען יעדן טאג פרישער מעשיות.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:59 pm
דורך שמעקעדיג
ער האט ע"פ רוב געגלייבט מיט די פאלגענדע 2 תנאים:
1. א מקור מוסמך, נישט סתם "מ'פארציילט"
2. עס טאר נישט זיין אקעגן די הלכה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:00 pm
דורך שמעקעדיג
ראש הישיבה האט געשריבן: די מערסטע מופתים/שקרים איז פארציילט געווארן אויף די רבי זי"ע. נישט ח"ו צופארמינערין אין זיין גדלות וויל איך. אבער מען זעהט א מדה כנגד מדה, אז ער האט אוועקגעמאכט אלע מעשיות, און אויף די רבי זי"ע פאנטאזירט מען יעדן טאג פרישער מעשיות.

ווי איז דאס מדה כנגד מדה? פונקט פארקערט! ער מאכט אוועק יענעמ'ס מעשיות כאילו לא היה, און לכבוד דעם באקומט ער אלע שיינע מעשיות און כבוד אפילו מער ווי ס'איז אמת?..

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:24 pm
דורך shtel
אזויפיל האט סאטמאר רב אויפגעטאהן , אז זיין עולם האט יורש געווען א געוויסע צינישע בליק אויף אזעלכע סיפורי מעשיות. מיר דוכטס זיך אז זיין מטרה איז געווען צו מחנך זיין אויף להבא ...

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:48 am
דורך ראש הישיבה
ברוכים הבאים הרב shtel

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 1:14 am
דורך יושב קרן
איך בין צומישט. בלויז צוויי עמודים אםגעריקט אינעם זעלבן צייטונג...

unnamed (7).jpg


unnamed (8).jpg

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 1:18 am
דורך יושב קרן
איך לייג נאכאמאל איבער דעם ערשטן שטיקל, וויבאלד די פריערדיגע איז נישט ליינבאר
unnamed (9).jpg

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2022 9:31 am
דורך הליכות עולמים

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2022 6:49 pm
דורך תרמב
איך האב געהערט א מעשה אזוי, אז ווען הה"ק מסקווירא איז געווען ביי א באזוך ביי הה"ק מסאטמאר האט סקווירא רבי פארציילט א מוגזם'דיגע מעשה, און סאטמארע רבי האט עס אוועקגעמאכט ווי געווענטליך, שפעטער האט סאטמארע רבי פארציילט עפעס א מעשה, האט סקווירא רבי געפרעגט פון ווי קומט די מעשה? האט ער געזאגט מיין טאטע זי"ע האט עס מיר פארציילט, האט די סקווירא רבי געזאגט מיר האבן אויך געהאט א טאטע.....

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2022 7:13 pm
דורך שמן למאור
תרמב האט געשריבן:איך האב געהערט א מעשה אזוי, אז ווען הה"ק מסקווירא איז געווען ביי א באזוך ביי הה"ק מסאטמאר האט סקווירא רבי פארציילט א מוגזם'דיגע מעשה, און סאטמארע רבי האט עס אוועקגעמאכט ווי געווענטליך, שפעטער האט סאטמארע רבי פארציילט עפעס א מעשה, האט סקווירא רבי געפרעגט פון ווי קומט די מעשה? האט ער געזאגט מיין טאטע זי"ע האט עס מיר פארציילט, האט די סקווירא רבי געזאגט מיר האבן אויך געהאט א טאטע.....

כ'האב געהערט אמאל אזא מעשה,
הרה"ק מסקווירא איז געווען ביי הרה"ק מסאטמאר, און געזען אז עס ליגט אויפן טיש א ליקוטי מהר"ן, האט זיך סקווירא רבי אנגערופן, איר קוקט אריין אין דעם?!?!? האט סאטמאר רב געענטפערט, נישט איך קוק אריין, נאר איך לערן דערינען
א צייט שפעטער איז סאטמאר רב געווען ביי סקווירא רבי, האט די סאטמאר רב געזאגט פארן סקווירא רבי, איך הער זאגן אז ווען איר זענט געווען אין ארץ ישראל זענט איר געגאנגען צום כותל?!?!?! האט סקווירא רבי געענטפערט, נישט געגאנגען געלאפן...

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: נו, פיהר אויס די מעשה. מ'איז געקומען צו א הסכם. אז ווען סאטמאר'ע רב וועט נישט לערנען ליקוטי מוהר"ן וועט די סקווירא רבי נישט לויפן צום כותל...!