קאנטער פראטעסט קעגן זאל פון עטרת אברהם דעם דאנערשטאג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

קאנטער פראטעסט קעגן זאל פון עטרת אברהם דעם דאנערשטאג

שליחה דורך מורינו הרב »

עס לויפט יעצט ארום א טוויט, אז עס ווערט געפלאנט א קאנטער פראטעסט קעגן איבער דעם זאל פון עטרת אברהם, דעם דאנערשטאג, אין די זעלבע צייט וואס עס וועט פארקומען דער עצרת התעוררות, לרגל די לעצטערע שווערע שמועות ובפרט מיטן אומקום פון הרה''ח רבי מנחם שטארק הי''ד.

ס'איז באמת טרויעריג און נישט צום פארשטיין, ווי אזוי די חברה לויפן נאך און פראבירן מיט אלע כוחות צו פארשווארצן אונזער פנים אין די גאס. ווען אימער מיר ווילן ארויסגעבן אונזער ווייטאג, מוז מען עס קומען שטערן, צי עס האט יא א סיבה אדער נישט. קומעןו זיך אידן צוזאמען, מען איז צובראכן און צושאסן, מען וויל זיך אויסגעבן, הערן אביסל גוטע ווערטער, חיזוק אדער התעוררות, קומט מען און מען מאכט פשוט לצנות, יא, איך האב נישט קיין אנדערע ווערטער דערויף. עס וועלן אנקומען אלע מידיע אגענטן און פראבירן אראפצונאשן א פעט ביינדל פאר זייערע אינטערעסן. עס איז מיס. מילא ווען מען האט צוזאמענגענומען געלט פאר וועבערמאן, נו, שפילט מען דאך מיט אן אגענדע, אבער וואס וויל מען פון כינוס כלל-ישראל? - וואס וויל מען דעם יעצטיגן עצרת? - פארוואס דארף יעדע זאך זיין דערפון א קאנטער פראטעסט ארויסצוברענגען אז מיר זענען נישט נארמאל און טוען נישט ריכטיג.

דער מצב מוז ווערן בעסער.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר