בלאט 1 פון 1
שיטות המוסר און אירע קעגענער
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:28 pm
דורך חולם
פארוואס זאל סיי ווער זיין קעגען לערנען מוסר? אויב פארשטיי איך גוט איז די תנועת מוסר מיסודו פאר ר"י סאלאנטער געווען אז מ'זאל לערנען אביסל מוסר יעדן טאג וואס זאל אריינברענגען יראת שמים. אין איינע פון די אידישע צייטונגען איז געווען באשריבן יעצט וועגן דעם און זיי שרייבן דארט אז דער חזון איש איז געווען א קעגענער פון דעם. וואס איז פשט פון אזא זאך וואס איז שלעכט מיט לערנען מוסר? כ'בין נישט באקאנט אין די נושא.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:32 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס איז מען געווען קעגען חסידות?
וואס איז שלעכט מיט א ווארימע באטע?
די תירוץ איז אז מוסר/חסידות וואס אונז זעהן היינט איז שוין סטעיבילייזעד, אדאנק די התנגדות.
מוסר איז געווען א תנועה וואס האט עוסק געווען אין דעם כעיקר ולא כטפל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:33 pm
דורך חולם
נו פון וואו זאל איך דאס וויסן. יעצט ווייס איך עפעס מער
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:52 pm
דורך שמעקעדיג
אין יענע אידישע צייטונג איז עס געווען שיין אויסגעשמועסט לאורכה ולרחבה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:54 pm
דורך חולם
שמעקעדיג האט געשריבן:אין יענע אידישע צייטונג איז עס געווען שיין אויסגעשמועסט לאורכה ולרחבה.
דערעקט נישט! זיי האבן אריינגעווארפן אז דער חזון איש איז געווען דערקעגען אן א פארוואס, אפשר א וואך בעפאר איז געשטאנען? איך האב נישט געליינט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 5:51 pm
דורך לשוא הכיתי
חולם האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אין יענע אידישע צייטונג איז עס געווען שיין אויסגעשמועסט לאורכה ולרחבה.
דערעקט נישט! זיי האבן אריינגעווארפן אז דער חזון איש איז געווען דערקעגען אן א פארוואס, אפשר א וואך בעפאר איז געשטאנען? איך האב נישט געליינט.
עיין באמונה ובטחון להחזו"א, שיטתו מבואר שם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 3:31 pm
דורך גם כי אלך
סאיז דא א אינטערסאנטע חיבור "פולמוס המוסר" להרב דוב כ"ץ וואו עס ווערט ברייט אויסגעשמועסט אלע צדדים אין די מערקווירדיגע מחלוקת, די התנגדות, די קול קורא'ס, און דער אריינמושינג פון די משכילים וואס האבן געפירט א ביטערן קאמף דערמיט.
מיר דיכט זיך אז די גאנצע ארטיקל אינעם יענעם צייטונג איז געווען קאפי פעיסט פון דעם ספר.
http://www.hebrewbooks.org/7265