בלאט 1 פון 5
כוחא דהתירא -- מאן שרי לך
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:09 pm
דורך הערשי
תלמידי חכמים נעמט אפיר די שו"ת. איך זוך א היתר צו...
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:10 pm
דורך הערשי
נישט טובל'ן א טויסטער.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:10 pm
דורך הערשי
פוצן ציין אום שבת.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:11 pm
דורך הערשי
דיפיטידודען פיאות אום שבת.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:13 pm
דורך יתרו
פיצן קענסטו מיט מאוטוואש און א ציין בארשט. וכן אני נוהג
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:14 pm
דורך יתרו
טויסטער זאגט מען נאך פון ר' פישל אז מען ברויך נישט. אני טבלתי את הטויסטער ולא קרה כלום.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:16 pm
דורך יתרו
דיפיטידו דאס איז שוין א שווערע מייסע מתיר צו זיין, בכלל צו וואס פעלט עס אויס, אין הכנה דרבה שטייט אז דאס שמעקט פון צואה (כך אמר לי הרבי שלי בכתה ז' לאחר גערה ונזיפה)
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:19 pm
דורך יתרו
יעצט טראכט איך אז די מיינסט ארויסצוברענגן דעם איסור אויף מנהגים וואס דער עולם פירט זיך בהיתר. כהאב נישט געוויסט אז דער עולם פיצט די ציין שבת.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:22 pm
דורך הערשי
יתרו האט געשריבן:פיצן קענסטו מיט מאוטוואש און א ציין בארשט. וכן אני נוהג
צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, און צו ציין דארף מען נישט קיין בארשט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:24 pm
דורך יתרו
אם קבלה הוא נקבל ואם לאו יש תשובה בדבר.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:25 pm
דורך הערשי
יתרו האט געשריבן:יעצט טראכט איך אז די מיינסט ארויסצוברענגן דעם איסור אויף מנהגים וואס דער עולם פירט זיך בהיתר. כהאב נישט געוויסט אז דער עולם פיצט די ציין שבת.
איך מיין ארויסצוברענגען דעם היתר אין וואס דער עולם איז זיך נוהג להיתר או לאיסור. איך מיין דאס וואס איך זאג.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:27 pm
דורך הערשי
יתרו האט געשריבן:דיפיטידו דאס איז שוין א שווערע מייסע מתיר צו זיין, בכלל צו וואס פעלט עס אויס, אין הכנה דרבה שטייט אז דאס שמעקט פון צואה (כך אמר לי הרבי שלי בכתה ז' לאחר גערה ונזיפה)
צו ביעתא בכותחא טויג איך אויך. איך פרעג דאך טאקע ווייל ס'שווער.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:34 pm
דורך יאיר
איך זיך א היתר צו עסן עורב פלייש.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:35 pm
דורך יתרו
שוין אז די ווילסט וויסן מער ווי ביעתא בכותחא וועלן מיר זיך ארויפשארצן די ערמל. די מעשה איז אז אידן האבן זיך נוהג געווען צו מאכן די פאות מיט צוקער וואסער און ארענדזש זשאוס זיין די 1950ציגער יארן שפעטער האט זיך דאס געביטן צו דיפיטידו. למעשה ערשט און די 1990ציגער האט רבי שלמה זלמן מאדענזירט הלכות שבת אויפן היינטיגען פארנעם און ער איז אויפגעקומען אז דאס שמעקט פון גודלת ופוסקת וואס איז א תולדה צו א דרבנן פון בונה (למען האמת רעדט שוין דערפון דער מנחת שבת אבער ער אסרט קרייזלן בכלל ר' שלמה זלמן איז דער ערשטער וואס איז מחלק פון קרייזלן ביז צוקער וואסער) און ארץ ישראל נוצט מען עס טאקע נישט זינט דאן דא אין אמעריקע איז מען זיך נוהג אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן זיך נוהג געווען און מען וויל נישט וויסן פון קיין פרישע ר' שלמה זלמן'ס שמירת שבת חידושים.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:39 pm
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:איך זיך א היתר צו עסן עורב פלייש.
פון ווי ווייסטו אז דו האסט דאס ליב?
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:40 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך זיך א היתר צו מאכן פיאות געהעריג מיט א קעמל
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:40 pm
דורך מאטי
איך זוך א היתר נישט צו מעביר סדרה זיין.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:41 pm
דורך הערשי
יאיר האט געשריבן:איך זיך א היתר צו עסן עורב פלייש.
וואס עפעס?
רש"י פאריגע וואך איז שטארק מחמיר. ואשר לא צדה, מ'האט נישט קיין שפייז, מאכט רש"י, לא עורב לו, קיין עורב פאר אים
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:45 pm
דורך יאיר
דאכט זיך אז דער מנחת יצחק איז דער וואס אסר'ט קרייזלען די האר צוליב בונה. ווי יעדער בעל דעת פארשטייט האט דאס בערך אזויפיל צו טון מיט בויען ווי טשארזשן מיין סעלפאן.
איי וועסטו פרעגן, וואס האט קליעת שיער מיט בונה? איז קודם כל, דיה במה שאסרו חכמים. צווייטנס, פון פלעכטן ביז קרייזלען, אפילו מיט דיפיטו דו, איז א שיינע שפרינג.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:46 pm
דורך יאיר
הערשי האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך זיך א היתר צו עסן עורב פלייש.
וואס עפעס?
רש"י פאריגע וואך איז שטארק מחמיר. ואשר לא צדה, מ'האט נישט קיין שפייז, מאכט רש"י, לא עורב לו, קיין עורב פאר אים
זייער גוט. איך געדענק דעם מקור בשם רבי מאיר'ל פרעמישלאנעא.
אז דו ביסט יא אזא בקי, אפשר וועסטו מיר אויך קענען טרעפן אן איסור צו עסן פלייש פון א יונה.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:53 pm
דורך פישלע העררינג
הערשי האט געשריבן:פוצן ציין אום שבת.
בשו"ת יביע אומר מתיר, ומבאר את דבריו באריכות כדרכו.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:54 pm
דורך דער (פינטעל) איד
הערשי איז נישט א ספרדי
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:55 pm
דורך פישלע העררינג
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך זיך א היתר צו מאכן פיאות געהעריג מיט א קעמל
אשירה לד' כי גמל עלי...