בלאט 1 פון 1

קארופציע ביהדות: באהאלטענע מנהיגים

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:43 pm
דורך נח בער
דריי איך זיך אין וויליאמסבורג און א פלאקאט שרייט מיר אין פנים אריין איבער א מסע עצרת וואס וועט אפגעהאלטן ווערן היינט נאכט. אין מיין נייגער וואס עס גייט שוין ווייטער פאר האב איך אביסל איבערגעבליקט דעם צעטל און געזען מי ומי ההולכים און געזען אז דער סיבה פונעם עצרת התעוררות איז א וויכטיגע און עס איז געצילט אז דער עולם זאל נאכגיין די מעשים און זיך פארבעסערן מיט וואס מען קען און זיך דערנענטערן צו גאט ברוך הוא.

שפעטער האב איך שוין געהערט אז דער איינער צעטל וואס כ'האב באמערקט איז נאר פון איין צד אינעם וויליאמסבורגע'ר שטענדיגער מחלוקת און טיילונג, און יעדער צד האט דעם זעלבן צעטל אבער דער האט ארויסגעשניטן דעם און אריינגערוקט יענעם און דער אנדערער צד האט דאס זעלבע געטון מיט זיין הודעה.

דאס האט מיר געברענגט צו טראכטן איבער אן אנגעווייטאגטער און שלעכטער מהלך אין אונזער היינטיגער אידישקייט, און איך וויל עס אויסשמועסן מיט די חשובע חברים דא, און איך וויל קלאר מאכן אז איני אומר קבלי דעתי, און עס איז זיכער אז איך בין כקלופת השום קעגן די גרויסע אידן וואס זענען אונזערע מנהיגים און איך ווארף מיר אונטער בעפר רגלי פון די רבנים יראי ה' וואס זייערס א ווארט איז ביי מיר הייליג און טייער.

עס איז מיר שטענדיג געווען אינטערעסאנט צו וויסן:

ווער זענען די עסקנים וואס טוען אנדרייען די רבנים ודרשנים?

ווער שטעלט אויס דעם עצרת?

ווער פאררופט עס?

ווער מאכט אפ וועלכער רעדנער זאל אדרעסירן וועלכער נושא?

ווער איז זוכה צו זאגן די פסוקי יחוד?

מוז מען געהערן צו א געוויסער קרייז צו קענען זאגן דעם דבר ה'?

זיצן זיך עטליכע כולל אינגעלייט איבער א שאל ווארעמע קאווע און שמועסן דורך די לעצטע געשעענישן, די לעצטע נייעסער ווערן דורכגעקייט און אויסגעארבעט און אויב איז עס א הארץ אויפשאקלענדע פאסירונג מוז מען דאך זען וואס מען קען פארבעסערן, און פרישע ערפינדונגען ווערן אויסגעארבעט וואס מען וועט ארויפלייגן אויפן ציבור אז דאס וועט אונז ברענגען נענטער צום בורא און זיין תורה ווייל דאס וויל מען דאך פון אונז וועט עס איז געשען אזא צרה ביי א היימישער איד אדער קהילה.

דער קומענדיגער שטאפל ווערט שנעל אויסגעארבעט און מען האט שוין גרייט פארשידענע נוסחאות וואס די רבנים ומנהיגים זאלן דאס אונטערשרייבן אבער כדי דאס זאל האבן א בעסערער און שטערקערער אפעקט וועט מען צונויפרופן כל קהל הקודש און מען וועט זיי אנגרייטן אין א גרויסער כינוס און דאן וועט מען זיי פארלייגן און פארליינען די קומענדיגע פלענער און פארבעסערונגען וואס מען מוז אויף זיך מקבל זיין.

עס ווערט אראנזשירט די שוויצער וואס האבן שוין יארן עקספיריענס מיט די רבנים און ווייסן ווי אזוי צו רעדן צו זייער הארץ און וואס די רבנים געטרויען זיי שוין לענגערע יארן און עס הייבט זיך אן א לויפעריי נאך חתימות. פארשידענע רבנים געבן די חתימות אויפן טעלעפאן און אנדערע פעלט שוין נישט אויס אנצורופן. די שווערערע מער עקשנות'דיגע מנהיגים וואס ווילן -פארשטענדליך - נישט לאזן זייער נאמען לויפן דורך א געזיגלטער שטעמפל איז שוין נישט אזא גרינגער עסק, אבער נאך וואס מ'האט שוין די חתימות, לאזט מען זיך אויפן וועג צו די קשה עורף'דיגע רבנים און מען פארלאנגט אז זיי זאלן זיך צושטעלן צו זייערע חברים, די רבנים, וואס האבן ארויפגעלייגט די ארבעט אויף די עסקנים צו קאלעקטען אונטערשריפטן, און אזוי ווערן געשאפן די חתימות אויך פון זיי.

אויב בלייבט נאך איבער א רב וואס שטעלט זיך דערקעגן און וואס זעט נאך אלס נישט איין די וויכטיגקייט פונעם ענין, איז שוין דא א טוץ סטראשערייען וואס ווערט גענוצט אויף אים און אויב גארנישט העלפט נישט, וועט דער יעניגער רב ווערן ארויסגעשלאסן פונעם געזעמל רבנים וואס פירן דעם שטאט און וועט שנעל ווערן אראפגעזיגלט אלס אויפגעקלערטער און אמאל נאך ערגער.

ווער זענען עס די "באהאלטענע עסקנים" אדער "אומזעעבארע מנהיגים"?

ווער מאכט אפ דעם מהלך פון די מנהיגים אז זיי זאלן נישט גיין צו רעכטס אדער צו לינקס. נישט זיין צו קנאי און נישט פארקערט?

די רבנים שמעקן שוין וועלכער מהלך צו גיין אז זיי זאלן נישט פארלירן די קרעדיביליטי ביים עולם (לייען: עסקנים).

ווען האט זיך בכלל אנגעהויבן אזא מהלך אז מען זאל נישט וויסן ווער עס שטייט אונטער די אלע דעמאנסטראציעס און תקנות?

איז אזוי געווען ביים טיילונג אז עס איז געווארן געפירט דורך עסקנים אדער זענען די רבנים געווען בראש המערכה און זיי האבן אליינס געמאכט די החלטות?

זענען געווען אינוויזיבל שוויצער וואס האבן דאס אנגעדרייט אדער האט מען געוואוסט ווער די זענען און אויב זייער דרייוו איז געווען בלויז כבוד ה'?

איז דא א סיבה פארוואס די זענען באהאלטן פונעם ציבור'ס אויגן אדער זיי האבן פשוט מורא פון טעראר?...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:19 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:42 pm
דורך נח בער
שמעקעדיג האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=3319

א דאנק פארן צוברענגען דעם ארטיקל.

עס זעט אויס זייער א שיינער ארבעט. וועלן מיר עס אריינטאן אינעם דרעפט פאלדער צו ליינען אין א שפעטערע זמן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:12 pm
דורך נח בער
נאר,,פרייליך האט געשריבן:עס קומט ניש אהער צו דעי ספעציפישע געשעהניש ווי די בני משפחה האבען לעילו נשמתו געוואלט אויפוועקן דעם עולם אביסעל לתשובה ולתיקון המעשים
מה כל הרעש אז עטליכע פיפיגע פי אר קאמפעני'ס ניצען אויס די תמימות פון די בני משפחה און דרייען אהן צו מאכען אפאר דאלער און לעיבער??
דאס האט ניש צום באהאלטענע אדער אפענע מנהיגות פראגע.

מוטב אז די זאלסט פרעגן אויף אזא סארט מנהלות ווי דרור, זינט ווען ווערט סתם א שרייבערל און א פיסקעל א גאנצער נאמן מעיד צו זיין בתור מנהל ועסקן? אז מען האט געגעבן אמאל א ניר פאר יענעם ווערט מען שוין כשר להעיד אויף איבערצודרייען א שטאט?

מיין מאמר האט טאקע נישט מיטן שטארק אפערע אבער דאס זענען געווען מיינע מחשבות היינט צופרי.

צווייטנס, וואס איז דיין צולאזעניש אויף אזא הייליגן איד וואס האט אוועקגעגעבן א חלק פון זיין גוף פאר א צווייטן מענטש וועם ער האט נישט געקענט בעפאר?

דער איז אן עסקן נאך פיל פיל איידער ער האט געשניטן זיין גוף אלס א קרבן אויפן מזבח פון ליבשאפט צו א צווייטן פערזאן, און דאס איז פונקט פארקערט ווי מיין אייגנטליכער ארטיקל וואס וויל פארשטיין דאס באהעלטעניש און מויזן לאך אוואו די "באהאלטענע" עסקנים דרייען זיך.

קומסט מיט טענות אויף א לעבעדיגער אפענער עסקן וואס מען קען אים פרעגן אויף יעדע טריט און שריט וואס ער טוט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:27 pm
דורך berlbalaguleh
נאר,,פרייליך האט געשריבן:עס קומט ניש אהער צו דעי ספעציפישע געשעהניש ווי די בני משפחה האבען לעילו נשמתו געוואלט אויפוועקן דעם עולם אביסעל לתשובה ולתיקון המעשים
מה כל הרעש אז עטליכע פיפיגע פי אר קאמפעני'ס ניצען אויס די תמימות פון די בני משפחה און דרייען אהן צו מאכען אפאר דאלער און לעיבער??
דאס האט ניש צום באהאלטענע אדער אפענע מנהיגות פראגע.

מוטב אז די זאלסט פרעגן אויף אזא סארט מנהלות ווי דרור, זינט ווען ווערט סתם א שרייבערל און א פיסקעל א גאנצער נאמן מעיד צו זיין בתור מנהל ועסקן? אז מען האט געגעבן אמאל א ניר פאר יענעם ווערט מען שוין כשר להעיד אויף איבערצודרייען א שטאט?

לויט דיין הילוך המחשבה און אידעאלאגיע וואלסטו געדארפט טאנצן פאר שמחה איבער די קומענדיגע עצרת און אלע צוגעהערן, ווי למשל די גרויסע פלאקאטן/פאשקווילן מיט די חתימות פון די רבנים שליט"א, עיני ומנהיגי העדה הק'. וועלכע זארגן זיך פאר'ן רוחניות'דיגן וואוילזיין פון די תושבי העיר. נאכדעים וואס זיי האבן שוין ממלא כריסם געוועין, לאוו דוקא מיט ש"ס ופוסקים. נאר אז דער עוילעם איז שטארק געדרוקט דורך וואוינען אין ענגע, קליינע דירות פאר וועלכע מ'געט אוועק די הארעוואניע פון דורות, כדי אנצושטאפן די טאשן פון א פאר יחידים, דעוועלאפערס. דעים קול דמי אחיך צועקים הערן נישט די טייערע און חשוב'ע רבנים! :roll: :roll: :roll: :x :oops: :cry: :cry: :o

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:20 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: די רבנים שליט"א, עיני ומנהיגי העדה הק'. נאכדעים וואס זיי האבן שוין ממלא כריסם געוועין, לאוו דוקא מיט ש"ס ופוסקים. :roll: :roll: :roll: :x :oops: :cry: :cry: :o

:lol: :lol: :lol: :lol:
:? :? :? :?
:twisted: :twisted: :twisted: :twisted:
:roll: :roll: :roll: :roll:
:idea: :idea: :idea: :idea:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:13 pm
דורך מאטי
שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: די רבנים שליט"א, עיני ומנהיגי העדה הק'. נאכדעים וואס זיי האבן שוין ממלא כריסם געוועין, לאוו דוקא מיט ש"ס ופוסקים. :roll: :roll: :roll: :x :oops: :cry: :cry: :o

:lol: :lol: :lol: :lol:
:? :? :? :?
:twisted: :twisted: :twisted: :twisted:
:roll: :roll: :roll: :roll:
:idea: :idea: :idea: :idea:

איך וואלט געשריבן "דוקא לאו."

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 10:53 am
דורך נח בער
איבערשמועסענדיג דער ענין מיט אנדערע איז אויסגעקומען צו הערן אז כמה וכמה פון די עלטערע רבנים און אויך פון די אינגערע וואס עס ווייטאגט זיי דער געשאפענער מצב דרוקן זיך אפט אויס מיט ביטער דערוועגן, האב איך געקלערט פארצושלאגן אז מען זאל פראבירן צוזאמשטעלן א ליסטע פון די רבנים וואס זאגן קלאר ווען זייערס א נאמען איז געדרוקט געווארן שלא ברשות אדער יא מיט ערלויבעניש אבער מיט צוואנג וואס אפי' א גאר שטארקער כאראקטער וואלט געבראכן געווארן נאך אזעלכע דערקוטשענדע פייניגונגען.

איך קלער אויב זיי אפצוטעיפן איז מעגליך אן עוולה אבער סיי ווער עס וועט גיין צו אנגעזעענע רבנים און פרעגן איבער דעם וואס די ביליגע אינגאטשן פירן די רבנים ביי דער נאז, וועט עס גאנץ קלאר הערן און וועט זיך איבערצייגן אין וואס פאר א וועלט די מנהיגים לעבן.

א קליינע לימוד זכות איז דאס ווען מען זעט וואס די רבנים קומען כסדר ארויס און מען שרייט אז זיי טוען אפט זאכן און פארלאנגען ענינים וואס האט נישט צו טאן מיט - און צומאל אפי' קעגן - די תורה, זאל מען וויסן אז דאס איז נישט אלעמאל זייער פארלאנג בכלל נאר די באנדיטן וואס דרייען די בענדלעך פון הונטערוויילעכץ.

אוודאי דארף זיין דער לא תגורו מפני איש און אויב דו קענסט נישט דורכטראגן דעם אומגעהויערן טעראר און פרעשור טארסטו נישט זיין קיין רב, אבער עס זאגט זיך פיל פיל גרינגער ווי עס איז באמת.

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 12:11 pm
דורך נח בער
א צעטעלע גע'חתמ'ט דורך פארשידענע רבנים איז נעכטן ארומגעפארן.

דערין ווערן אויפגעפאדערט די וויליאמסבורגער אידנטום צו שטיצן די א.ג. "ועד העסקנים לחיזוק הדת" וואס לויט ווי דאס צעטל שרייבט רעדט זיך דא פון א חבורת תלמידי חכמים עסקנים וואס האבן איין הייליגע מטרה פון מפרסם מאכן דעם דעת תורה פון די רבנים הגאונים שליט"א און צו שטיין על המשמר און מחזק זיין אלע דברים הצריכין תיקון בקדושתן וטהרתן של ישראל, און זיי האבן שוין אויפגעטון גדולות ונצורות אין די אלע יארן לטובה וכו' וכו'.

ווילט זיך פרעגן אויב האבן די אלע חותמים געהאט א מיטינג און נאך א שטרענגע איבערזיכט איבער די מעשים פון די עסקנים אין דער פארגאנגענהייט האבן זיי צוזאמען מחליט געווען אז מען ברויך אנהאלטן זייער הייליגער ארבעט און דער צעטל אין זייער שטיצע איז אונטערגעשריבן געווארן?

דער גאנצער איידיע אז עס איז דא א רב בישראל אן שטיצע און געהעריגע בחירות איז א גאנץ נייער ערשיינונג און איז קעגן א הלכה מפורשת אז "אין מעמידין פרנס על הציבור, אלא אם כן נמלכים בציבור" פירושו שאין ממים מנהיג על הציבור ללא התייעצות מוקדמת עם הציבור.

עיין עוד במס' מגילה פרק בני העיר.

ווען האט זיך דאס געטוישט?

און דער פראבלעם איז אז די מענטשן זענען מסכים מיט אזא פארפוילטער מהלך וואס איז קעגן די תורה און קעגן די דעמאקראטישע מהלכים וואס די מענטשהייט האט אנגענומען במשך די יארן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:40 pm
דורך שמעקעדיג
נח בער האט געשריבן:עס איז מיר שטענדיג געווען אינטערעסאנט צו וויסן:

ווער זענען די עסקנים וואס טוען אנדרייען די רבנים ודרשנים?

ווער שטעלט אויס דעם עצרת?

ווער פאררופט עס?

תיובתא איד אד'איד.