בלאט 1 פון 1

חיים שאולזאן נעמט אינפארמאציע פון קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:32 pm
דורך I'm back
היינט, פריער אין טאג האט א ניק געפאוסט דער מודעה אין די אשכול פון די נסיעה פון מהר'א מ'סאטמאר. עטליכע מינוט שפעטער האט ער זיך אנטשולדיגט אז ער האט עס געלייגט בטעות, ווייל ס'איז פון די נסיעה פון ר'מ מ'וויזניץ.

זע איך יעצט אז שאולזאן האט געפאוסט דער מודעה אלס די סדר היום פון מהר'א'ס נסיעה.

קען ער נישט לייענען???

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:47 pm
דורך קאווע טרינקער
יא
כ'האב אמאל געשריבן א אויפגעמאכטע "עסקנים געבן איבער..."
ויהי ממחרת, שאולזאהן מעלדט עס אלץ א מעשה שהיה.

דאס איז די היתר צו ליינען זיין בלאג, ס'איז שקר מתחילתו ועד סופו, משא"כ נחום, וואס מ'מעג נישט אויסהערן, ווייל ס'ליידער געבויעט אויף א משהו אמת... ממילא איז דאך לשון הרע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:48 pm
דורך I'm back
טאקע צוליב דעם קומט זיך 'יענער' גוט אויס מיט שאולזאן.