מיין ליבע פארבארגנע ליד (פאעזיע?)

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

מיין ליבע פארבארגנע ליד (פאעזיע?)

שליחה דורך מאטי »

א בענקענדע ליד,

א ווייטער שיר׳ל.

פון ווענוס ס׳שוועבט זיך אין טיפן קעמערל,

איך בענק צו איר.

 

נישטאמאל איר גאנצע,

בלויז א קליינטשיג טשוויטשע,

א מערקווירדיגע תנועה׳לע.

איר אויפוואכן פריצייטיג, פרובירן איך וויל. 

אבער ווי א לעבעדיגער מת, געלעמט זי פארבלייבט. 

פארבויגן אין פארבארגענער געדענקעניש.

 

הוי זי נאגט, זי בענקט,

זי בראכט נאסטאלגיע פון א ווייטע אמאליקע שעהנהייט.

זי באצירט מיר רואיג מיט זיסענישן,

ווי אין אן אומשולדיגע וועלטלע,

וואו די שיינע אומפארפעסטעטע נאטור צושפרייט אירע ווייכע פליגלען.

 

דארט אויף די בערג הויכע,

פארנאכט די זון קלאפט אן אירע שפיצן.

א העל-רויטליכער פריזם זיי ענטפערן,

שפריצנדיג פעדימער אין הארצן טיף.  

מיט נאטורליכער ליבליכקייט,

זי פארבאנדזשירט מיין נשמה ווי א קראנקער-שוועסטער. 

 

תנועה׳לשע דאס ביסעלע דו וויילסט,

א טרוים דו ווערסט מיר,

אזא זיס-ביטערער זעלבסט-רחמנות דעריאגט מיר,

ס׳וויל זיך מיר וויינען אויפ'ן אמאל, מיט ברילן פונעם היינט. 

כ׳פארגיי זיך א טרערנלאזע ברעטשע,

וואס צו א פיצל.

  

א "דע-זשא-ווא״ פארשלינגט זיך טיף, 

ווען בענקענדיג נאך דיר לידעלע.

א גאר ווייטע פארנעפלטע לעבעדיקע פארגאנגענהייט.

אזאנס וואס צייט זי שטעלט אפ האסטיג,

וואס? ווען? א צעשטויפטער צושפרינגט זיך.

יא, א גוטע צייט, דאס אמאל זיכער! 

א צופרידענער, פרייליכער, זארגלאזער, יונגישער פארגעניגן, 

וואס די אזש ״זיסע ליד״ מאליקיורט איר נאר. 

 

ווען אבער טייערער, ווען אין פארגאנגענהייט געווען?

דערציילזשע מיר ביטע זיסע לידעלע,

שיפשע מיר דעם סוד אינעם לעפל פונקט.

פילייכט די מאמען זיסע מאנדלען איבערן וויג געבויגן.

אדער גאר, אשת חיל׳דיגע קידוש פארנאכטס אין אירע ארעמעס פארקניפט. 

 

זי קוקט מיר אן א פארפייכטער, 

און פארגייט זיך אומפארהאפט א צוקאליעשטער פון געוויסן ארויס.

 

זי פונאנדערט זיך ליכט יארן אוועק, 

מיר צו בלייבן פארגלאצט.

שווארצע אבסקיורע געפילישע שפירן אריינגעשטאכן, 

פארזייט אין הארצן מיט פיין.

זיי בעטן און בייסן מיר: דענק איר לידעלע, דערכאפ איר נאך אין צייט, 

איידער פאר׳גוסס׳ט זי האלט.

לויף מיט אימפעט. 

זי וועט אודאי שלענגלען צום שיינעם מאמענט,

מיט'ן מאמענט געפלאכטן ווי דאפעלטע טראפעלעך.

 

לידעלע,

זי בלייבט אבער פארפרעמדט,

שוועבט ווי א דינע הייטעלע אויפ'ן מוח קעמערל, 

פארשליסענדיג מיט דער זיסער פריינדינע איר'ס,

צוריק צו געזעצטער פארבארגעניש. 

 

זי, די שליסעלע צו מיין בענקשאפט, 

מיין טרוים, מיינע אמאליקע זיסענישן. 

אזוי איידל דעליקאט, 

ווי א שניי ווייסער פליענדער מלאך׳ל,

ריינע זיידן אויסגעלעגט. 

ווי קומט צו איר אזוי פרעך,

מיט א געוויסן,

א באהעלטעניש שיר השירים׳דיגער שפיל.

צעגאפעלט זיך בחשאי צום הימל א זעץ,

נאך איידער זיך באוויזן א טראפ. 

גסיסה׳דיגע אפדרוקן ווייטער אומפארדעקט צו פאנטאזיע.

 

ווען לידעלע שמועסן מיר וועלן,

דיר מוסר׳ן איך וועל.

צו וועמען דיין לויטערקייט דו זשאלעוועסט.

דען נישט ווי צאנקענדע ליכטעלאך שיינען צו אלע צוגלייך,

אן פארלירן ברייטן א טראפ.

 

לידעלע קרוינשע,

וואס טויג דיר דאס אן אומפארדינטע שפארזאמקייט,

אויב אנטראפאלאגישע ווירדן זאגשע ביי דיר נישט פארהאן.

זיי וויסן, נישט צו הארכזאמע אויערן קיין לידל בכלל, 

ווי דאס געשריי פון פארווארפענע שטאמען,

אין פוסטן וועלדל.  

 

פראל ארויף מיין ציטערע שויס צוריק לידעלע.

לאדן אפ מיין תנועה׳לשע מיין אמאליקע בינדעטע. 

צוזאמען שוועבן ווי נשמה׳לע מיט מלאכ׳ל,

בעת דאס ליכטל אויפן עיבור עס ברענט.

 

אוי...

דאס ביסטו לידע ליבע,

געמישטע אנטוישונג אין טיפער מחשבה איך גלייך.

ווייל די לידעלע גלעט מיינע וואונדען,

צום וואונד זיך בענקען, בענקשאפט דו ברענגסט. 

 

מיין ליבע מאמעס בענדל פארטוך,

א פארטרעטער דו ביזט מיין ליד. 

דו קומסט באלד צו מיר חנ׳וועדיג.

 

קול ביער אנוכי שומע, אב לבנים קורא...

ניגונד׳ל מיין בריקע,

אין וואלד פון איינזאמקייט, א שטימע פון טרערן איך שטיקע. 

 

א פאטער אין וואלד,

זיין זארגלאזע יוגנט ער זוכט. 

בני בני היכן הלכתם...

צעלאפן ווי צופרעסענע זיסהייט שפירט.

 

אשר עלי כך שכחתם...

ווי פארגעסן אבער נישט.

לידעלע ווען מיר זי טרעפט, מיר צוקישט.

 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

דער עולם זאל זיך זעצן הארעווען, חידושים נפלאים.
פאעזיע בתפארתה.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מזל טוב ווידעראמאל, מאטי טייערער, האלף לך מאטי, שירו לו זמרו לו, מיר האבן זוכה געווען צו אזא פאעזיע לכבוד דיין טויזענסטע תגובה, און כאטש כעל מודה זיין דער ליד איז אביסעלע למעלה מהשגתינו, הנח לו למאטי וחבריו בדומה לו שיש דברים בגו, עס ליגט באהאלטן אין יעדע שורה סודות נפלאות און פארבארגענע ענינים. ומי יבין בסוד פאעזיע. און כדברי חברינו מאראנצן, זיך זעצן לערנען, און נאר אזוי וועט מען פארשטיין.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מאראנצן איך גיב דיר די אויפגאבע צו שרייבן א פירוש למען ירוץ הקורא. דו פארשטייסט דאך יא טפחים מכוסים. און אלס אל תמנע טוב מבעליו וויל איך זיך דא אפיציעל באדאנקען פאר דעם איש האשכולות, שריפט שטעלער און פאעט מורינו הרב מאראנצןזאפט ני"ו פארן ארויסהעלפן מיט עצות און ראט, און פארן מגיה זיין און קאראגירן דאס פאעזיע וואס איר אלע ליינט דא אזוי זיס. יש"כ Couldn't have done it without you
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט