בלאט 1 פון 1
רבי מנחם מענדל מרימנוב - יט אייר תקעה
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 1:23 pm
דורך דולה ומשקה
געבוירען לאביו רבי יוסף, געלערנט בנעוריו אין בערלין ביי רבי דניאל יפה, דערנאך ביים רבי ר' שמעלקא מניקלסבורג, ווי ס'נתגלה געווארען פאר איהם תורת אור שבעת הימים הבעש"ט ודרך החסידות.
נפטר י"ט אייר ל"ד בעומר שנת תקע"ה ומנו"כ ברימנוב.
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 1:30 pm
דורך דולה ומשקה
דער רבי ר' מענדעלע איז נפטר געווארען בימי ספירת העומר, ס'דא טאקע פון איהם א שיינע אויפטו בענין ספירת העומר ווען אידן זענען געוועהן אין די מדבר גלייך נאך יציאת מצרים.
כידוע אונז ציילן ספירת ה'עומר', על שם קרבן העומר וואס מ'האט מקריב געוועהן בבית המקדש. אבער די בני ישראל וואס זענען געוועהן אין מדבר סיני נאך מתן תורה, זענען דאך אויך געוועהן מחויב אין דער מצוה, אבער זיי זענען דאך נאך נישט אריין אין ארץ ישראל אין ס'נישט געוועהן דער בית המקדש מיטן הקרבת העומר, איז אויף וואס האבן זיי געציילט 'ספירה' ווען זיי האבן נאך נישט געהאט קיין 'עומר'?
זאגט דער רבי ר' מענדל מרימנוב: זיי האבן געציילט 'ספירה' ליצאת מצרים, זיי האבן געזאגט - היום יום אחד ליציאת מצרים, און אזוי ווייטער.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 4:20 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אויב מען האט אזוי געציילט וואס איז די מחלוקת ווען שבועות איז געווען ? צו ביום ה' צו ביום ו'?
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 8:34 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט