"אוי"! האט א הארצרייסענדע קול דורכגעשניטן די לופט היינט ביי אונז אין ביהמ"ד.
אזוי אינמיטן ליינען, ביים קריאה פון אונזער כהן, איז הצלה צוגעלאפן צו אים, שרייענדיג קינדער אוועק! קינדער אוועק!
אזוי ביני לביני פון די קולות אליינס מכל הנאספים איז ער שוין צו זיך געקומען.
נו מה קרה? פרעגן אים די "געטרייע חברים" חובות הע? נעה זאגט ער ס'איז גארנישט.
אבער זייענדיג א שוואכע עקטער האט מען געזעהן אז עפעס באהאלט ער. נו זאג שוין וואס גייט פאר? זאל מען רופן א דאקטער? נעה זאגט ער עטץ קענט מיר נישט העלפן. אבער אפשר דאך? דאגה בלב איש ישיחנה אפשר וועט דיר גרינגער ווערן אויפן הארץ.
נו אויב עטץ ווילטס אזוי שטארק וויסן ווען איך אייך זאגן, מ'האט געליינט ועשית עליו זר זהב, כהאב מיר דערמאנט פון אונזער [tag]זר זהב[/tag]! שוין נאכן שבעה! נאכן שלשים! שוין כמעט נאכן יאר, ועדיין לא נשענו, פארשוואונדען וואו א שיף אין וואסער?) וואו א נאדל אין שטרוי, וואו א ניק פון קאווע שטיבל.
ספאנטאן האט די גאנצע עולם אויסגעפלאצט און א יאמערליכן געוויין.
עד שבא חכם אחד ודרשה, כל ימי הייתי מצטער פארוואס מ'ליינט נישט קאווע שטיבל שבת, פשוט שלא לעשות אבילות.
איין אינגערמאן איז געשטאנען אינדערזייט, מיט א באהאלטענעם שמייכל...
ער'ס א מתפלל קבוע אין מילקשעיק, א אימיגראנט פון שווייץ...
זאכט זעך ער מאכט פשוט זר זהב סביב, ער וויל אונז פארדרייען, העי זר זהב איינער???
ועשית עליו "זר זהב"
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל