בלאט 1 פון 1

זונטאג'דיגע קווענקלענישן - פאעזיע

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:07 pm
דורך משה געציל
א לופט טאג?
א נאכשפייז פונעם עבר?
א פארשפייז פאר'ן עתיד?
גאר א הוה פאר זיך?

אין קאלענדער זיצט
אפשר אומזיסט?
א זיבעטעל זי פארנעמט
בלויז אין צייט אפשניט

נאכווייען פון בעפאר
דאגות אויף דערנאך
פארוואלקענט און פארכמארעט
מיט דיפרעסיע באצירט

אט שפאצירט מיין פריינד
זונטאג א גאנץ וואך פראוועט
אלטס חרטה אויף נעכטן
זארגפול איבערן מארגן

זונטאג און דינסטאג
אלע אייניג וויכטיג
זיבן שווארצע קעסטלעך
דער קאלענדער ווי געגאסן

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:28 pm
דורך אלמודד בן הכנענית
וכמאמר החכם: ס'גאנצע זונטאג איז נאר באשאפן געווארן מ'זאל נישט אריינפאלן פונעם שבת גלייך אינעם מאנטאג אריין.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 5:22 pm
דורך נהורא נפישא
זייער שיין.
אויב מעג איך פותר זיין דעם חלום, זיך דיר א נייעם דזשאב, מיין פריינד.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 6:45 pm
דורך מאראנצןזאפט
:lol:
שפתיים קישאק טי עם.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 7:07 pm
דורך מאטי
איך וואלט געזאגט, אויב האסטו אן תפילין זאלסטו שוין חולץ זיין. וק"ל.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 8:29 pm
דורך משה געציל
נהורא נפישא האט געשריבן:זייער שיין.
אויב מעג איך פותר זיין דעם חלום, זיך דיר א נייעם דזשאב, מיין פריינד.

וואו! קולע אל השערה!
מכון הפצת של הגרש"א שיק האט מיר פאריגע וואך אפגעזאגט פון מיין טיר צו טיר קונטרסים פארשפרייטאכטס פאזיציע.
דזשי ענד דזשי זאגט אז ביז ר"ח ניסן זיכן זיי זיכער נישט קיין פרישע ארבעטארערס...

מאטי האט געשריבן:איך וואלט געזאגט, אויב האסטו אן תפילין זאלסטו שוין חולץ זיין. וק"ל.

אדער ווי יענער זאגט וק"ל אן קיין וק"ל...

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 9:10 pm
דורך ונבנתה העיר
הכי אוקמוהו חבריא, כל יומא דשבתא כד נהיר לאילין חשכא לאילין, ושכבין סרוחין על ערסיהון כגוונא דשכבי מתיא בקבריהון, בגין דא איברי יום ראשון כי היכי דיפגע ביה משה געציל בונבנתה בההוא אתר דנהיר בה לעלמין.

אבער לאמיר נישט פארקריכן פונעם פריינט, ער געפעהלט מיר עפעס...

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 10:55 pm
דורך משה געציל
וכד חמי משה געציל ברעי ונבנתה אתגליא ליה מטמירין דבי אנשא דעמדין על דעתיאן כי הני בהמתא דצדיקיא ואינן מסתכלין בצדדי אחריא לעלם עלמיא, ומסתחרין בבי כנשתיא כוליה שבעיא, באפא בושתיא.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 11:01 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 5:34 pm
דורך משה געציל
נאך א זונטאג
קושקע טשאלענט
קאטשעניא גאלע
אין געדערעם מיקסער

אפעקטן אומבאשרייבאר
ווי בליטש מיט כעמיקאלן
ווי פעפער אויפן וואונד
און... שמייכל נאך

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 5:33 pm
דורך גם כי אלך
און ס'איז ווידעראמאל זונטאג... גראדע גאנץ א שיינער טאג, אנדערש ווי אלע ביז היינט, אבער פארט זונטאג.