דאקטוירים זוכן א לעהזונג פאר מאלטיפעל ניקס דיסארדער (M.N.D.)
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 8:42 pm
[justify]א יעדער איינער קען לכה"פ איינער וואס ליידט אויף דער שרעקליכע דיסארדער. עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נאנטע און אלע ארומיגע וואס דארפן ליידן פון זיינע קאפריזען און קוריאזען. די סימפטאמען זענען אז די יעניגע באנוצען זיך מיט multiple ניקס נאכאנאנד, שפרינגענדיג אהין און צוריק פון איין ניק צום אנדערע.
עס איז נישט קלאר וואס איז די גורם פון דער סינדראם. מאנכע זאגן אז דאס געשעהט ווען מען שרייבט טויזנטער תגובות מיט איין ניק און מען באקומט נישט די ערווארטעטע עטענטשאן. די געשלאגעגענע מוז זיך נעמען טון צודרייטע זאכן צו ציען אויפמערקזאמקייט. וויסנדיג אבער אז עס וועט נישט טאלערירט ווערן, איז ער מחליט ענדערש צו עפענען עטליכע נייע ניקס און זיך simultaneously באנוצען דערמיט. זיין האפענונג איז אזוי צו באקומען זיין אטענטשאן דורכ'ן מאכן גערודער מיט זיינע עטליכע ניקס. אויך קען איין ניק לייקן און קאמפלימענטירן דעם צווייטע. אבער די עיקר מטרה איז צו סאבעטאזשירן אן דעם וואס עס זאל זיך אנזעהן אז מען האנדלט דא מיט א ביליגע troll.
מיט איין ניק אטעקירט ער, מיט די צווייטע ניק איז ער מחזק דעם ערשטע ניק, מיט די דריטע ניק טענה'ט ער אז יענער זוכט נאר לייקס. נאכן באמערקן אז אלע דריי ניקס ווערן גענצליך איגנארירט וועט ער מיט די פערדע ניק שוקן אין אישי א מעסעדזש בשם די ערשטע ניק.
די אנגעשטעקטע וועט טרעפן פון אונטערן טיש וועגן זיך צו באנוצען מיט זיינע מאלטיפעל ניקס. ער קען זיך אליינס נישט העלפן. די דיסארדער האט אזא כח אויף אים ממש ווי אן אלקאהאליק צו די ביטערע טראפן, ווי א דראג אדיקט צו חשיש און ווי א מאלעסטער צו א ב'חנטע קינד.
דאקטוירים זענען stumped זיי קענען נישט אויפקומען מיט א לעהזונג צו דער שווערע קראנקהייט, , אויב האט איר אן עצה ביטע לאזט אייך הערן. אוי! זאל זיך דער אייבישטער מרחם זיין.
.[/justify]