בלאט 1 פון 1

ניק'ס וואס עפענען קיינמאל נישט א אשכול

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 8:50 pm
דורך דער (פינטעל) איד
כ'טו באמערקען פונקט היינט אז ס'איז דא ניקס וואס זענען זייער טעטיג דא און זענען שוין אויך לאנג יעריגע תושבים אבער טון פתיחה אויף א אשכול וועלן זיי קיינמאל נישט. צווישן זיי געפינט זיך [tag]נולד מאחור[/tag], [tag]איך אויך[/tag], [tag]יין שרף[/tag], [tag]טעפל[/tag], [tag]petergrifin[/tag] ,[tag]zurich[/tag] [tag]berlbalaguleh[/tag] און נאך

זענען ענק שיי אדער האבן ענק נישט דעם שטארקייט אליינס צו עפענען אויס מורא אז קיינער וועט נישט גארנישט צו שרייבן? לערנט זיך פון מיר מ'טאר נישט מורא האבן וסוף הכבוד לבוא, טו עס איינמאל און עס וועט אייך גרינגער ווערן אויפן הארץ. דאס לעבן איז פיל מיט ג'אלענג'עס ערגעץ מוז מען עס דורכברעכן. זייט איך האב אנגעהויבן עפענען אשכול'ס פיל איך סך מער קאנפידענץ אין מיין טאג טאגליך הלוך ילך און איך זע מער רעספעקט. נו געגאנגען!

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 8:59 pm
דורך אפטעמיסט
אפשר עפענען זיי נישט אשכולות אויס מורא אז דו וועסט קומען אנפירקלען און עס מצמת זיין?

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 9:05 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אה איז עפעס אנדערש טאקע. ס'איז מיר נישט בייגעפאלן, מ'קען פארמעקן דעם אשכול

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 9:35 pm
דורך zurich
פינטל נעקסט טיים ווילסט מיר זאגן מוסר דארפסט עס נישט זאגן אין פאבליק מיין אישי קעסטל ארבעט נאך...

און בד"וו איך עפן אשכולות נאר מיט מיין צווייטע ניק ;)

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 9:44 pm
דורך נולד מאוחר
האסט עס באמערקט דא?
זייט בוסט אויפגעקימען מיט דיין חתימה אז מלייק זיך אליין זע איך טאקע נישט וואס די פחד פון עפענען אשכולת...

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 10:30 pm
דורך petergrifin
@דער (פינטעל) איד איך סײן ארײן און באקום א טעג שוין איך טראכט און טראכט פון װאס צו קאמפלעינען און ביז װאס װען װי
האסטו שוין אנגעהויבען כמעט א דאזען אשכולות. לאז כאטש איבער עפעס אן אײדיע פאר מיר פליז איבער װאס איך זאל
קענען שרײבן. :)

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 10:54 pm
דורך יתרו
נישט שיין צו אטאקירן אזוי, פינטעלע איז מעורר א נקודה און מען באפאלט אים ווי וויסעך וואס, נישט שיין.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 10:57 pm
דורך zurich
ווער באפאלט עים?

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 11:45 pm
דורך יין שרף
וואס זאל איך טוהן אז איך האב גאר א אינטרעסאנטע מנהג, אז איך האב נישט וואס צו שרייבן שרייב איך נישט...

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 11:56 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך האב אויך נישט. מ'הייבט אן און ס'ווערט עפעס

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:00 am
דורך יין שרף
יין שרף האט געשריבן:וואס זאל איך טוהן אז איך האב גאר א אינטרעסאנטע מנהג, אז איך האב נישט וואס צו שרייבן שרייב איך נישט...

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך האב אויך נישט.

יא אונז ווייסן...

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:03 am
דורך דער (פינטעל) איד
דאס ווייזט נאר מער אויף ווי טאלאנטפעל איך בין. איך מאך אשכול'ס יש מאין, אלעס ריין און הייליג

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:16 am
דורך משה געציל
איך מיין זאלסט טאקע גרינדן א אשכול "ניקס וואס עפענען אייביג אשכולות"...

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 7:55 am
דורך טעפל
פינטעל איד פראבירסט מיט כח צו עפענען אשכולות און פירקלען אז מ'זאל זיך וויסענדיג מאכען צו דיר? איך עכ"פ נישט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:21 pm
דורך berlbalaguleh
ר' פינטל איד: איך שפיר מיך שטארק געטראפן און באליידיגט. דו רעכנסט אויס ניק'ס וועלכע עפענען קיינמאל נישט אויף אן אשכול און איך קוק בכליון עיניים אויב דו וועסט מיך דערמאנען. איך ליין איבער נאכאמאל און נאכאמאל דיין פילאזאפישע טעאריע. דער נושא האשכול. איך זעה נישט מיין נאמען דערמאנט. דו וועסט דארפן זייער שווער ארבעטן מיך מפייס צו זיין. נאר פאר גאר א גרויסן סכום און אן "עד" אין חשוב'ן, פרעסטיזשפולן (כדברי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו) צייטונג, דער ניו יארק טיימס אז דו האסט נישט במזיד אויסגעלאזט מיין נאמען. און דו גייסט שוין תשובה טון. אלס תשובת המשקל זאלסטו מפרסם זיין אויף איי-וועלט אז דו ביסט גרייט צו פארהאנדלען. (איך וועל עס קיינמאל נישט ליינען.(. :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:26 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דאס איז ממש געווען א פארזעעניש איך גלייך דיר דאך זייער זייער שטארק! ס'מיר ארויס פון קאפ און איך גיי עס פאררעכטן (אוי ס'פילט גוט ווען איינער קען ווער באליידיגט פון מיר! פון פינטעלע נישט ווייניגער! אפילו ס'איז געמאכט! ס'פילט גוט רבותי!!)

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 1:08 pm
דורך מ גפני
אפטעמיסט האט געשריבן: און עס מצמת זיין?

:like :lol:

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 1:20 pm
דורך berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דאס איז ממש געווען א פארזעעניש איך גלייך דיר דאך זייער זייער שטארק! ס'מיר ארויס פון קאפ און איך גיי עס פאררעכטן (אוי ס'פילט גוט ווען איינער קען ווער באליידיגט פון מיר! פון פינטעלע נישט ווייניגער! אפילו ס'איז געמאכט! ס'פילט גוט רבותי!!)

שוין. מחול לך, מחול לך. מחול לך. או.קעי. דו מוזסט אפילו נישט אריינלייגן אן עד אין דעם חשוב'ן, פרעסטיזשפול'ן, אנטיסעמיטישן צייטונג, נ.י. טיימס. דרך אגב. מיט אנטי סעמיטיש מיין איך נישט אנטי ציוניסטיש. נאר ממש שונאי ישראל. שונאי ערליכע אידן בכל מקומות שהם. לדוגמא. ווען ס'האטזיך געהאנדלט (מיט א פאר יאר צוריק) איבער די שטאטישע סקול באסעס אין מאנרא, האבן זיי ארויסגעהויבן (נאך אפילו מער ווי דער רעקארד) דעם פאקט אז חסידישע אידן טוען דיסקרימינירן אקעיגן פרויען/גוי'טעס וועלכע זענען געווען די דרייווערס, און מ'האט זיי נישט געוואלט אז זיי זאללן פיהרן די תשב"ר אין חדר. :roll: :lol: :x :P :oops: :o

Re: ניק'ס וואס עפענען קיינמאל נישט א אשכול

נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 3:36 pm
דורך מי אני
איך פערזענליך שטיי אוועק פון עפענען אן אשכול מכח אפאר טעמים. צווישן זיי:

1). עפענען אן אשכול איז א גרעסערע קאמיטמענט ווי סתם א תגובה, כמובן. דו ביסט, אדער עכ״פ פילסטו ווי דו דארפסט זיין, דער ראש המדברים - ס׳איז דאך ״דיין״ אשכול. דאס פירט ווייטער אריין אין צו דעם אז דו טראכסט דו גייסט נעמען מער פערזענליך וואס אנדערע זאגן, צו אויב זיי גייען זאגן בכלל, וכדומה. הקיצור, פאר איינער וואס האט נישט אזויפיל קאנפידענס מעיקרא, ברענגט דאס מער פחד און ענקזייעטי (איך ווייס וואס דער מסילת ישרים זאגט אין סוף פ״ט און אז ס׳קען נוגע זיין אהער).

2). ענליך צו אויבן, פאדערט אן אשכול א גרעסערע השקעה אין די חלק הכתיבה ווי א תגובה, אויך כמובן. עס איז, אדער מ׳פילט עכ״פ ווי עס ״דארף ווען זיין״, מער ״ארטיקליש/עסייאיש״ און שעפעריש. מ׳פילט נישט אלעמאל אז מ׳קען דאס טוהן עפעקטיוולי.

3). דאס פירט ווייטער אריין אין דעם אז די טעמע וואס מ׳וויל און מ׳האט שוין יא א געפיל וכו׳ צו שרייבן אויף, פיהלט מען אז אנדערע האבן שוין ארויפגעברענגט און אויסגעשמועסט דא אין שטיבל אין איין פארעם/וועג אדער א צווייטע, וממילא גיבט מען גארנישט צו און מ׳איז גארנישט מחדש, וואס מ'קען ווען נישט דארט פשוט צולייגן על מקומו. וממילא פיהלט מען אז עס איז שוין בעסער מגיב צו זיין אין דעם אשכול וואו מ׳רעדט, אדער עכ״פ מען רירט שוין אן, אין די נושא (דאס קען שוין אריין גיין אין די דעבאטע פון ארויפברענגען אלטע אשכולות). דאס איז בפרט אין אזא מקום וואו מ׳ווייסט און פיהלט אז ״גדולים וטובים ממנו״ האבן אפגעגעבן זייער מיינונג אין די (אדער בערך די) נושא(ים), וממילא וויל מען ענדערש שטיין אויף די אקסלען פון די ריזן און זיין א זנב לאריות צו זייערע אשכולות וכדומה, ווי איידער זיין אן אייגענע ראש.


והנלע״ד כתבתי (טאקע אין נישט מיין אייגענעם אשכול...).

איך האף אז כ׳האב נישט קאלט געמאכט די וואס האבן יא די קאנפידענס צו עפענען אייגענע אשכולות. אדרבה, לאזטס ענק הערן.

Re: ניק'ס וואס עפענען קיינמאל נישט א אשכול

נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 3:59 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
איך האף אז כ׳האב נישט קאלט געמאכט די וואס האבן יא די קאנפידענס צו עפענען אייגענע אשכולות. אדרבה, לאזטס ענק הערן.[/quote]




שוין, די רגע האב איך געוואלט עפענען אפאר נייע אשכולות וואס כ'האב מיך קוים אפגעשריבן, געארבייט דערויף א לענגערע צייט, קומט צו גיין דער פיליזאף @מי אני און מיט אזא עמלק'דיגע קרירות מיר קאלט געמאכט, און פארלוירן דעם קאנפידענץ, איצט ברויך איך אנהויבן פון דאס ניי