בלאט 1 פון 1

טעלעפאון הארגעט שלום בית: רבנים פון לעצטע דור'ס ווייטע בליק

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 1:19 am
דורך געפילטע פיש
לייענענדיג אלטע פאוסטס אויף ספרים בלאג האב איך געטראפן אן אלטע תשובה פון הרב מנשה קליין פון פינף און צוואנציג יאר צוריק, ווי ער ווארענט אז די טעלעפאונס הארגענען אפ שלום בית:
"ואם היא אשה, היתה עושה ענינים בבית לטובת הבית ובעלה והילדים, ועכשיו היא מבזבזת אותו זמן ולפעמים יבא הבעל הביתה ולא ימצא מזון מוכן, ויבא לידי הפרת שלום בית ולידי מחלוקת בינה ובעלה וכיוצא בו, שהוא לפעמים גובל עם איסור רציחה שגוזל מחיי השני וגם מהרס המשפחה ולכן זה ודאי ענין גדול להזהר ולהשמר על זה."

ברוך שמסר עולמו לשומרים.

בילד

כ'האב עס געוואלט אריינשטעלן אין די וואטסעפ אשכול, אבער ס'פארשפארט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:52 am
דורך איחוד פעלד
כידוע איז ער געוועהן א גרויסע מבין אויף שלום בית..........

בדרך אגב, ווער איז געוועהן זיין זיווג ראשון?

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 3:26 pm
דורך 13'טע עוועניו

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
עקעלדיג.
מר. דרייצענטע עוועניא. אויב איר זענט די בעל הבלאג האט איר געמאכט א גוטע זשאב. איך האב געהערט פון אסאך אירע וואס ס'האט שטארק אפגעקלינגען די רשעות'דיגע דרשה פון שנעבאלג וואס איר האט ארויפגעשטעלט
ס'איז נישט צו גלייבן וואס דא גייט פאהר.
וואס איז געשעהן מיט דרכיה דרכי נועם
פארוואס קענען רבנים נישט רעדן זיס מיט טעם, מיט אידישקייט מיט איידעלקייט??????

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:23 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
13'טע עוועניו האט געשריבן:רבי חיים פאוויל שנעבאלג איז מרמז אז די פרויען זאלן זיך גטן אויב דער מאן וויל נישט אפלאזן זיין סמארט פאן.

דאס האט ער געזאגט ביי די אינטערנעט אסיפה פאר פרויען אין מונסי.

און נאכדעם וועלן די רבנים קענען וויינען מיט קראקעדייל טרערן גיוואלד! וויפיל גיטין דער פארשאלטענער סמארט פאון איז גורם.. DUDE איינער מאך נישט קיין קריגערייען וועט נישט זיין קיין גיטין.
#על שהרבו אסיפות נגד האינטערנט נחרבו הרבה בתים בישראל (מדרש איכה).