ק"ש ניקס השייכים לחודש אדר וליו"ט פורים (הוללות איז אסור)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 959 מאל

ק"ש ניקס השייכים לחודש אדר וליו"ט פורים (הוללות איז אסור)

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

נישטא א בעסערע צייט זיך דורכצושמועסן עניני דיומא וועגן שמחה און ווען דער שמחה ווערט אביסל OTD און ס'גייט אראפ צו הוללות ל"ע ה' ישמור מהם ומהמונם. יעצט גייט זיין גאנצע אכט וואכן אדר אדר אדר אדר !!!!!! העלא!!! (נד"נ) המן האט אזוי געשריגן אדר אדר! אפילו ער, המן! האט עס אזוי ליב געהאט.

הקדמה. ס'גייט זיין 8 וואכן וואס מ'איז באפוילן פון בינג בענג (אה... ער האט געזאגט בינג בענג! יעדער ליינט ווייטער) צו זיין [tag]נאר,,פרייליך[/tag]. אין אזא חודש איז א מצווה מקרב צו זיין אונזער ידיד נאר,,פרייליך. ס'איז ממש זיין אושפיזען! יעדער זאל אויך אינזינין האבן אין אזא חודש ר' [tag]מנשה לוסטיג[/tag]! מ'מוז דאך זיין לוסטיג יעצט

אדר איז מזל אדר דגים איז אויך א מצוה מקרב צו זיין [tag]געפילטע פיש[/tag], פישל'ע העררינג און [tag]סושי פיש[/tag] (הגם סושי איז א אויפגעקלערטע זאך וואס מ'האט נישט געזען ביי אונזערע עלטערן) און [tag]פיש כאפער[/tag]! (ער איז זיכער יעצט זייער בי זי) דארף מען פאר זיי אויך געבן א shout out! אויך טאר מען נישט פארגעסן פון [tag]יין שרף[/tag]!! מיט וועם מ'טוט דעם מצוה אליין פון נכנס יין. אויך דארף מען אויסשרייען א אויסשריי פאר הוגה! (סריס המלך שומר). און נישט פארגעסן פון [tag]שושן פורים[/tag] אליין!

איך אליינס בין מרדכי הצדיק, איך וויל זיך נישט אליינס רימען אבער אזוי קוקענדיג זיך אין שפיגל זע איך מיר גענוי ווי מרדכי, א מרדכי מיט א פינטעל איד וואס שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. אלע אויפגעקלערטע שרייען געב זיך שוין א ביק פאר המנ'ן וואס איז דער גרויסער עסק? אבער ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה! איך ביק זיך נישט! לייק מיר יא לייק מיר נישט איך בין א איד און איך וועל בלייבן ריין! מרדכי שרייט: נישט גיין צום סעודה אבער דע אידן דארט וואס האבן זיך שוין נעבעך איראניענאזירט לאכן עם אויס וואס פארשטייט דער נישט אויפגעקלערטער מרדכי וואס איז שטאלץ מיט זיין פינטעלע איד?

אוי איך האב געטרינקען ענק באמערקן? איך בין שיכור!! ס'געווען א איד וואס האט געטרינקן משקה און געשיכורט א גאנצן חודש אדר ווייל זאגט ער אז המן איז געווען א רשע מרושע אויפגעקלערטער פארוואס האט ער נישט געבעטן פון אחשוויירויש מער ווי (מער פון) איין טאג צו הרגנען אלע (אויך אויפגעקלערטע) אידן האט ער נישט מורא געהאט אז אפשר וועט איין טאג נישט זיין גענוג צייט עס צו טון אויף אלע אידן? נאר -זאגט יענער איד, המן האט מורא געהאט אויב וועט זיך זיין פלאן נישט אויסארבעטן וועט עס ווערן א פריילכער טאג האט ער נישט פארגינט פאר אידן מער ווי איין טאג.. אבער איך ווייס דאך יא אז ער וואלט געוואלט עכט א גאנצן חודש דערפאר טרינק איך א גאנץ חודש!! אין א עיבור יאר האט ער אפשר געטרינקען אכט וואכן.

אסאך קינדער פארשטעלן זין און טון זיך אן [tag]רויטע וואנצעס[/tag] אדער מאכן זיי זיך אויסזען ווי [tag]זיידעטשקע[/tag]'ס אסאך חסידישע קינדער פארשטעלן זיך ווי [tag]היימישער ליטוואק[/tag]'ס מאנכע פארשטעלן זיך ווי [tag]ברסלבער[/tag]'ס מיט גרויסע נח נחמ נחמן קאפלעך. אום פורים ווערט יעדער איד אן [tag]אפטעמיסט[/tag], יעדער טאנצט און שפרינגט כאילו ס'פעלט עם גארנישט. יעדער מקטון ועד גדול איז [tag]סופר ומונה[/tag] וויפיל געלט ער האט געלייזט, און דער מקוה שטיפער וואס א גאנץ יאר זיצט פון אונטען איז אין פורים דער [tag]ראשעקאל[/tag] אליין. פורים איז ווי א [tag]יאנטעף[/tag] אינדערוואכן, יעדער קינד זאגט תורות ווי דער גרעסטער [tag]ידען[/tag]
איך האב אויסגעלאזט איינעם? אויב יא ביטע זיך אנרופן
אין אזא צייט דארף מען זייער אכטונג געבן נישט חלילה אריינצופארן אין הוללות רח"ל ס'איז זייער א דינער ליניע צווישן שמחה של מצוה און הוללות וואס איז יללות פון רשעים. אין אייוועלט האט איינער געפענט א אשכול "משנכנס שמחה מרבין באדר" און ס'נאך נישט פארמעקט אפילו. איך פארשטיי נישט דע הנהלה דארט זאל צו אזן אזא שרעקליכע הוללות מ'לאזט זיך וואויל גיין מ'מיינט אז ס'איז הותרה הרציעה מ'מאכט זיך אייגענע מאמרים. יענער שרייבער איז א ציפידיגער לץ וואס מיט זיין גיפט טרייבט ער אזוי ליצנות, שוין איך ווייס נישט אפשר איז עס טאקע נישט אזוי געפערליך איך נעם זיך צופיל צום הארצן.

שוין גענוג אשכול'ס פאר מיר היינט. גענוג געווען. אוי ליהודים היתה אורה אההההההההההההההההההה איי לאוו יו, פככככככעעעעעעעעע ברענגטס א לעוואר.




.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר