יעדער קען די מעשה פון דעם ליטוואק וואס האט אנגעפאנגען צו לערנען בבא קמא. האט ער גלערענט די ערשטע צוויי ווערטער "ארבע אבות". ער איז גלייך געבליבען שטיין, און אנגעהויבען פארפירן. פיר אבות?? אונז ווייסן דאך אז ס'נאר געוועהן דריי!! און ער ציילט מיט די פינגער. 1) אברהם 2) יצחק 3) יעקב. אויב אזוי, געוואלד! ווי אזוי קען די משנה זאגן אז ס'איז דא פיר אבות?!!
נאכ'ן איבערקערן די גאנצע ספרים שאנק און זיכן אין ראשונים און אחרונים ווער ער רעדט פון די וויכטיגע קשיא , אפאר שעה שפעטער האט ער מחליט געוועהן צו לערנען ווייטער. און ער זעהט ס'שטייט "נזיקין". אההההה, מ'רעדט נישט פון די אבות פון די תורה, נאר אנדערע אבות. געוואלדיג! די קשיא איז פארענטפערט.
לענינינו , האב איך געקלערט אז ס'קימט די הייליגע יום טוב פורים, און מ'רעדט פון די מצות היום, איז דאך קלאר אז מ'דארף זיך מתבונן זיין אין די גרויסקייט פון די געהויבענע טאג. האב איך געקלערט צו זאגן אפאר ווארימע ווערטער וואס וועלן אריינברענגען א פוריםדיגע אטמאספער און מזכה זיין אידישע קינדער פון הייליגע ווארימע ווערטער אין די גרויסע שניי.
די הייליגע זיידע זי"ע פלעגט אייביג נאכזאגן די הייליגע ווערטער פון דעם רבי'ן זי"ע אז יעדער איד האט א כח צו פועלן ישועות און רפואות. ער פלעגט עס דערמאנען ביי א מסיבה יעדעס יאהר , און האט געהאט א ענין דערביי. אויך פלעגט ער תמיד ארויסברענגען די גרויסע זכיה וואס אידישע קינדער האבן, אז מ'פארזאמעלט זיך ביי אזא געלעגענהייט , און מ'זאגט די הייליגע מזמורים, וואס דאס איז דאך זיכער א געוואלדיגע נחת רוח אויבן אין הימעל.
אנדערע צייטן פלעגט ער דערמאנען דעם ניגון וואס מ'זינגט ביי די געלעגענהייט, און האט אויסגעטייטשט די ווערטער פסוק ביי פסוק, און האטדערביי ארויסגעברענגט די זכיה וואס אונז האבן אז מיר זענען זוכה דערצו. און ווי אזוי מיר דרוקען אויס אונזער דאנקבארקייט און דערהויבענקייט וואס באגלייט אונז שטענדיג.
נישט איין מאהל און נישט צוויי מאהל האט זיך געמאכט אז ערליכע אידן האבן אויסגעבראכן אין א געוויין און האבן אין זיך טיף אריינגענימען די דברי מוסר און התעוררות וואס האט זיי ווייטער שטענדיג באגלייט. ס'האט זיך קלאר ארויסגעוויזען אז דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב, און ס'האט א רושם.
לאור זה האב איך געקלערט צו רעדן פון דעם ענין וואס מאנכע פארשטייען נישט, און מ'דארף רעדן דערפון כסדר. איך האב שוין אמאל ארויסגעברענגט דעם ענין, און קלאר געשריבן און מסביר געוועהן באריכות , אבער ס'קימט שוין נאכאמאל חודש אדר און ווי דער רבי זי"ע האט געזאגט דארף מען כסדר חזיר'ן און חזיר'ן. וויל איך טאקע דא נאכאמאל ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון חזרה, ואס באגלייט שטענדיג , וואס אנדעם קען מען נישט זוכה זיין צו תורה.
אין דעם זכות וואס אידישע קינדער פארמערן שמחה, ווי די רבי ז"ל פלעגט זאגן, משנכנס אדר מרבין בשמחה, זאלן מיר בקרוב זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימינו, און עס זאל זיין מלכינו בראשינו, אונז פירן ווייטער און טייטעלן מיט'ן פינגער אז אונז האבן זוכה געוועהן מקרב צו זיין די גאולה און נישט חלילה פארקערט. ווייל אונז האבן געשטיצט די אייניקלעך פון רבי'ן ר' אלימלך און קרן הצלה.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, תנצב"ה
דברי מוסר והתעוררות לכבוד חודש אדר
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:יעדער קען די מעשה פון דעם ליטוואק וואס האט אנגעפאנגען צו לערנען בבא קמא. האט ער גלערענט די ערשטע צוויי ווערטער "ארבע אבות". ער איז גלייך געבליבען שטיין, און אנגעהויבען פארפירן. פיר אבות?? אונז ווייסן דאך אז ס'נאר געוועהן דריי!! און ער ציילט מיט די פינגער. 1) אברהם 2) יצחק 3) יעקב. אויב אזוי, געוואלד! ווי אזוי קען די משנה זאגן אז ס'איז דא פיר אבות?!!
נאכ'ן איבערקערן די גאנצע ספרים שאנק און זיכן אין ראשונים און אחרונים ווער ער רעדט פון די וויכטיגע קשיא , אפאר שעה שפעטער האט ער מחליט געוועהן צו לערנען ווייטער. און ער זעהט ס'שטייט "נזיקין". אההההה, מ'רעדט נישט פון די אבות פון די תורה, נאר אנדערע אבות. געוואלדיג! די קשיא איז פארענטפערט.
[זייטיגע הערה, איך האב בימי חרפי גהערט דער דזשאוק, אבער נישט אויף א ליטוואק נאר אויף א פולישן למדן]
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' היימישער ליטוואק: ס'איז פארשטאנדיק. אין די ליטא האט מען עס אנגעלייגט אויף א פוילישן. אין גאליציע אויף אן אונגארישן. אין בודאפעסט אויף אויף א רומענישן וכו' וכו'.
דאס דערמאנט מיך א מעשה שהי' מיט א קשיא. פארוואס האט מען נישט געגעיבן די תורה פאר די פארטאריקאנער באפעלקערונג?! ביטע גיב מיר א גוטן תירוץ. עניבאדי.?
דאס דערמאנט מיך א מעשה שהי' מיט א קשיא. פארוואס האט מען נישט געגעיבן די תורה פאר די פארטאריקאנער באפעלקערונג?! ביטע גיב מיר א גוטן תירוץ. עניבאדי.?