בלאט 1 פון 1
וויצען אויף "אדמורי"ם" "רבי'ס",
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:04 pm
דורך חזקיהו המלך
אזוי ווי כ'האב געזעהן ברעסלעבר'ס תגובה מיט וויצען פין ר' שלום אליעזר דים, אין ס'דא דארט א פאר גוטע וויצען וועגען "רבי'ס" האב איך געטראכט אז ס'איז א גוטע זאך צי עפענען א עקסטערען אשכול פאר וויצען אויף רבי'ס, צי מקיים זיין ליצוניתא דע"ז,
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:04 pm
דורך חזקיהו המלך
מען זאגט אז פלייש איז זייער א חשוב מאכל, נאר עס פארלירט דעם נאמען. ווען מען לייגט עס אין טייג ווערט עס א קרעפל, ווען מען לייגט עס אין קרויט ווערט עס א האלאפצע, ווען מען לייגט עס אין א בעקיטשע ווערט עס א רבי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:04 pm
דורך חזקיהו המלך
אז מען רעדט שוין פון קרויט.. איז געווען אמאל א רבי וואס האט זייער ליב געהאט קרויט, די רעבעצין האט געמאכט פיינע קרויט פאר שמחת תורה, זי האט דאך אבער מורא געהאט אז דער רבי וועט עס אריינרוקן נאך פארן דאווענען, האט זי עס גוט באהאלטן. ווען דער רבי איז אהיים געקומען נאכן דאווענען האט ער באפוילן די רעביצין זאל שוין ברענגן די קרויט, זי גייט גלייך צו צום ספרים קאנק און נעמט ארויס די קרויט און שטעלט עס אויפן טיש. דער רבי קוקט מיט בייז וואונדער, האסט נישט געטראפן קיין בעסערע פלאץ וואו צו באהאלטן די קרויט? וואס זאל איך טוהן, איך האב עס געמוזט באהאלטן אויף א פלאץ וואו דו וועסט עס זיכער קיינמאל נישט טרעפן.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:08 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך בין מוחה. ביטע פארמאכן דעם אשכול
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:10 pm
דורך חזקיהו המלך
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך בין מוחה. ביטע פארמאכן דעם אשכול
וואס איז דיין פראבלעם, די גמרא זאגט בפירוש אז ליצוניתא דע"ז איז מותר, רוב אדמורי"ם זענען געטשקעלעך אין וויצען פין זיי איז א מצוה,
האסט עס נישט ליב ? נו קיינער צווינגט דיר נישט צי קומען אין דעם אשכול,
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:12 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וואס איז פאר דיר אן ע"ז איז ביי א צווייטן א חשוב'ער איד, אז דו מאכסט א וויץ דא און דארט אויף רבי'ס נו שוין אבער צו דעדיקעטן א אשכול אויף דעם איז שוין אראפ א שטאפל און נישט אויסגעהאלטן.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:53 pm
דורך פישלע העררינג
מען ברויך מאכן א אשכול "וויצן אויף בעלי מלאכה למיניהם - קוימן קערער, עמעזאן חברה'לייט, טראק דרייווערס, סושי טעיסטערס, פלאמבערס", ובחדא מחתא אריינשטעלן אויכעט אויף די וואס באשעפטיגן זיך פאר פרנסה מיט רבי'שעריי. וואס עפעס קומט זיך פאר איין פאך א באזונדערע אשכול?...
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:14 pm
דורך חזקיהו המלך
פישל'ע העררינג האט געשריבן:מען ברויך מאכן א אשכול "וויצן אויף בעלי מלאכה למיניהם - קוימן קערער, עמעזאן חברה'לייט, טראק דרייווערס, סושי טעיסטערס, פלאמבערס", ובחדא מחתא אריינשטעלן אויכעט אויף די וואס באשעפטיגן זיך פאר פרנסה מיט רבי'שעריי. וואס עפעס קומט זיך פאר איין פאך א באזונדערע אשכול?...
וואס עפעס?! ווייל ס'די מערסטע פאני

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:43 pm
דורך סאו וואט
גהערט פון מענדא ר"ב כמה פעמים:
וואס איז דו נפק"מ פון א בדחן מיט א רבי?
א בדחן לאכט מען און פנים, און א רבי לאכט מען ווען ער דרייט זיך אוועק....
מענדא האט אויך גאר אסאך פיינע סחורה פון רעביס מיט אדמורי"ם.
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 12:33 am
דורך איחוד פעלד
א. פארוואס ווען א רבי שטארבט ווערען אלע קינדער רבי'ס, און ווען א שוסטער שטארבט ווערען נישט אלע קונדער שוסטערס?
ווייל צו זיין א שוסטער דארף מען קענען.........
ב. רבי'ס זענען אזוי ווי מייז, קליינע קעפ, גרויסע בייכלעך, און לאנגע שווענץ.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 1:47 pm
דורך חזקיהו המלך
שטייט א פראפאלק בנש"ק'לעך ביים גרעניץ. פרעגט מען אים ווי הייסט איר אויפן משפחה נאמען? זאגט ער טווערסקי. פרעגט מען איר ווי זי הייסט? זאגט זי "כ'האב גענומען די מאנ'ס משפחה נאמען, כ'הייס אויך טווערסקי.
פרעגט מען אים, און וואס איז דיין מאמעס מעידן נעים (משפחה נאמען פון אלס מיידל )? זאגט ער ......... טווערסקי! פרעגט מען איר "און וואס איז דיין מאמעס מעידן נעים"? זאגט זי ......... טווערסקי!
זאגט איר די באמטער, אנטשולדיגט, אבער כ'מיין איר פארשטייט נישט וואס "מעידן נעים" מיינט! ענטפערן זיי, אנטשולדיגט צו אייך הער באמטער, איר ווייסט נישט וואס "טווערסקי" מיינט!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 1:51 pm
דורך חזקיהו המלך
מאכט זיך א מלמד וואס האט געהאט א שוועריגקייט מסביר צי זיין פאר די יונגע תלמידים זיינע וואס איז דאס א ממזר...
דער מלמד פראבירט אהער... פראבירט אהין... אבער די קינדער מיט זייער פםארשטאנד כאפן נישט די קאנסעפט.
דער מלמד דערטראכט זיך צי א געדאנק! ער רופט ארויס דער ערשטן יונגעל פארענט פון זיינע אויגן, - א בנשק'ל געווען גראדע - און ער גיט אים א פרעג:
מלמד: "זאג נאר יענקל'ע, אויב דיין ברידער האט חתונה מיט דיין שוועסטער... וואס זענען די קינדער?...
תלמיד (טראכט אביסעל... דערנאך רופט ער זיך אן): 6 מאל טשערנאבלע אייניקלעך, און 4 מאל צאנז'ע.........
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 9:56 am
דורך טיטאניק
די אדמורים זענען שוין גאר נישט קיין וויץ - א ביטער געלעכטער
ואידך פירושא זיך גמור בכינוס כלל ישראל
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 10:03 am
דורך נהורא נפישא
וואס מיינט דאס ווען א רבי זאגט רזין דרזין ?
רזין מיינט אז די חסידים פארשטייען נישט קיין איין ווארט וואס די רבי זאגט, רזין דרזין מיינט אז די רבי אליין ווייסט אויך נישט וואס ער רעדט.
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 10:03 am
דורך טיטאניק
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:29 am
דורך חזקיהו המלך
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 12:12 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איך האב געהערט נעכטען א גוטס...
פאפא רבי
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 12:30 pm
דורך ציבעלע-קיגל
.
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 10:36 am
דורך ציבעלע-קיגל
אה! מען שטופט זיך צו כאפען א בליק פונעם רבין'ס הייליגע גאטשעס
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 12:54 pm
דורך דולה ומשקה
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:אה! מען שטופט זיך צו כאפען א בליק פונעם רבין'ס הייליגע גאטשעס
דער בילד איז שוין דא געוועהן.
למען הרעקארד, אין המקרא יוצא מדאי פשוטו, בעלזא רב טראגט ווייסע הויזען בין ביום ובין בחול, כמנהג הרביים, וכן נהג הרבי מסאטמאר בשבת, ומנחת אלעזר ממונקאטש וכו'
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 4:29 pm
דורך ציבעלע-קיגל
דולה ומשקה האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:אה! מען שטופט זיך צו כאפען א בליק פונעם רבין'ס הייליגע גאטשעס
דער בילד איז שוין דא געוועהן.
למען הרעקארד, אין המקרא יוצא מדאי פשוטו, בעלזא רב טראגט ווייסע הויזען בין ביום ובין בחול, כמנהג הרביים, וכן נהג הרבי מסאטמאר בשבת, ומנחת אלעזר ממונקאטש וכו'
איז לאז זיין ווייסע הויזען... פארוואס קןקט מען אזוי? א שטיקעל חזירישקייט
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 2:58 am
דורך שבת אחים