אדמו"ר מהר"א מסטוטשין
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 1:52 pm
אזוי איבערגייענדיג די אשכולות פון אנשי שם האב איך געקלערט אז טאמער מנשה פילאפף און שענדישובע רבי פארדינען א אשכול דאן איז צייט צו שרייבן א אשכול אויך דעם קאלירפולע ליבליכע פערזענליכקייט פון האדמו"ר מסטוטשין רבי אליעזר יודקאווסקי שליט"א
א דערפרישענדע חידוש אין די ספעקטרום פון רבנים און רבי'לעך א אייגנארטיגע מענטש מיט א אייגנארטיגע מהלך, מן הסתם נענטער צו די מהלך פון בעל שם טוב ווי רוב פון זיינע קעלעגעס אין די רבי ביזנעס, א געוואלדיגע אוהב את הבריות ומקרבן לאביהן שבשמים, קודם לאמיר זעהן זיין יחוס און זיין פערזענליכקייט און דערנאך זיין דרך העבודה
ער איז א בן יחיד צו זיין מאמע וואס איז געווען די טאכטער פון די סטיטשינע רבי רבי יודעלע פון בארא פארק, זיין טאטע איז געווען א ליטווישע מאדערנע איד, און דעריבער איז סטוטשין געשטאנען א תקופה אהן א רבי ביז ער האט איבערגענומען די לייצעס [אינצווישן האט זיך עפעס א אנדערע איד געמאכט שבת פון די ירושה ואכמ"ל ועיין באשכול משפיעים של הגרמיץ תפוזים]
זיין ערשיינונט איז זייער נישט טיפיקעל ווי א רבי ער האט נישט קיין לענגלעכיגע נאז מיט א פאטריאכאלישע בארד, ער איז א פעשליכע רויטע יונגערמאן, מיט ראמלאזע ברילן, ער דרייט זיך מיט א סמארט פאון, דרייווט א קילע קאר, און פירט זיך כאיש בין אנשים. זיין הופעה חיצונית זעהט אויס זייער בעלבתיש, ווען מען זעהט אים די ערשטע מינוט וואלט מען אים ענדערש קאטאגאריזירט אלס טרעוול עידשענט ווי אלס א רבי אדער דאס גלייכן.
עס איז אמת אז ער איז זיין אויפפירונג בכלל נישט וואס מיר זענען געוואוינט ביי די געווענליכע רבי'ס און רעבעלעך, אבער פון די אנדער זייט שטורעמט ער מיט געפיהלן ער לאכט וויינט און קושט אגאנצן טאג, ער איז כסדר אין א רוח סערה פון אהבת ישראל און מחזיר זיין בתשובה נשמות תועות, ער פאהרט ארום אין די וועלט זוכן נשמות, און מיט זיין צוגענגליכע סטייל טוט ער אויף גדולות ונצורות, עס איז אינטרעסאנט צו זעהן ווי ער טרעפט א מגולח און ער געט אים א חיבוק דוב און א נאסע קוש און נעמט זיך וויינען ווי א בעיבי.
אסאך או טי דיס דרייען זיך ביי אים און שעפן ביי אים חיות, ער רעדט זייער שפראך און זינגט זייערע ניגונים, און די עיקר איז אז זיי שפירן ביי אים גרעניצלאזע אהבה unconditional love און ער אידענטיפיצירט זיך מיט זייערע שוועריגקייטן נישט נאר אין אידשקייט נאר אין זייערע חיי יום יום בעומק הקליפות והתאוות.
אבער עס איז א טעות צו אים אנקוקען ווי אזא סארט וואס קעיטערט נאר נידחים און פארלוירענע נשמות, אין פאקט האט ער איבערגענומען אסאך חסידים פון זיין זיידע, דארונטער חסידישע גאליציאנע אידן וואס האלטן פון אים גדולות, זיי קוקן אהן זיין אייגנארטיגע געפירעכץ אלס דירעקטע המשך צו די דרך פון ראפשיץ וואס ספלאקערט א פייער אין הארץ און בחיצוניות פירט מען א הנהגה וואס קען מעורר זיין קשיות. [אגב רבי אליעזרל האט מיר אויך געזאגט אין א שמועס אויף זיך אליין אז ער איז כולו ראפשיץ]
עס ליגט אויך א אמת אין דעם, ווער עס קען די שלשלת ראפשיץ-ראזוואדוב סטיטשין ווייסט אז דער דרך איז מלא אהבה געגועים ורגש און דאס פארקערפערט רבי אליעזר'ל אין זיך במלוא מובן המלה, ער איז כסדר צושטורעמט און כאפט אהבה אטאקעס, ער קומט צו א חתונה איז ער צורידערט ווי א וואנזיניגער ער טאנצט און וויינט און קושט מיט א רוח סערה אז מען קען נישט בלייבן גלייכגילטיג.
ער האט משלב געווען זייער קונצליך ראפשיץ מיט קארליבאך, ער איז א שטארקע קארליבאך אנהענגער [זיינע פרומע חסידים זאגן ווייטער אז סאיז נאר א סטראטעגיע צו כאפן פארלוירענע נשמות] ער מאכט יעדע סוכות א קומזיץ נוסח קארליבאך וואס ציט אסאך מענטשן פון די גאס.
זיינע תורות זענען אויך פול מיט רגש הגם ער פרובירט צו קריכן אין הימל און זאגן הויכע געדאנקען האט ער גאנץ ווייניג הצלחה, זיין פלאץ איז נישט דארט ער געהערט אין עולם הרגש והנגינה, אבער זיינע תורות זענען למעשה זייער שיין און אויך פול מיט רגש.