בלאט 1 פון 1

למה אשכל גם שניכם: מאמע פארלירט 2 זוהנען אין 19 טאג

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 6:09 pm
דורך גאלד
קאלעפארניע מאמע פארלירט 2 זוהנען צו ביקס געוואלדאטן, 19 טאג אפגעריקט

די שיסעריי פון צוויי ברודער אין דריי וואכן צייט אפשניט לאזט איבער א קאלעפארניע מאמע טרויערן די פארלוסט פון אירע איינציגע קינדער.

דיניאל ניו, 41, איז מודה אז זי האט נישט געהאט די אייגענע כוחות צו אפציעל אידענטיפיצירן אירע ביידע זוהנען, נאר אנשטאט האט זי געבעטן א קרובה עס צו טאן פאר איר, באריכט SFGate

אום דעצעמבער דעם 31סטן 2013, ניו'ס יונגערע זוהן, 13 יעריגער לי וועדערסבי, איז געשאסן געווארן אויף טויט אהיים שפאצירנדיג פון די אוקלענד בויס ענד גוירלס קלאב. ניינצען טאג שפעטער, איר עלטערע זוהן, לאמאר ברוסארד, 19, איז געשטראבן ווען א קאר ווי ער און זיין חבר זענען געווען איז באפשריצט געווארן מיט קאולן, KGO באריכטעט

"איינער פאלט דורך די קינדער," האט ניו געזאגט פאר NBC אין די בעי געגנט, "זיי שפירן ווי ס'איז בסדר צו מערדערן די קינדער. זיי האבן קיין שום חרטה אנדער פארשטענדעניש נאכדעם."

בילד
די מאמע געבט א אינטערוויו פאר NBC

צו "האבן מער קיינע קינדער" האט צוגברענגט זי זאל צווייפלען אין איר אמונה, האט זי געזאגט פאר SFGate.

"איך בין נאך אלס געלעמט איבער לי, און איך ווייס נישט צו מיין הארץ האט גענוג פלאץ צו זיך ספראווען מיט לאמאר'ס טויט. דאס איז ווי א חלום אטער איצטערט" האט ניו געזאגט. "איך ווייס אז ס'איז דא א גאט, אבער איך קלער, 'פארוואס זאל ער געבן א מאמע אזויפיל יסורים צו זיך ספראווען אין 19 טאג?' דאס איז באמת זייער שווער אויף מיר."

קיין ארעסט האט מען דערווייל נישט געמאכט.

קוואל: האפינגטאן פאוסט

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 6:42 pm
דורך רחב רחב
א שוידער!
רבותי מען דארף מפשפש במעשים זיין.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:34 am
דורך שמעקעדיג
א הארצווייטאג. שווער זיך פארצושטעלן די מאמעס צער. מען דארף די מערדער איינזעצן פאר לייף און האלטן די גאסן סעיף. אזוינע נידריגע רוצחים. זאל איר דער באשעפער געבן די כח. יכירו וישבו כל יושבי תבל כי לך תכרע כל ברך, תשבע כל לשון.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:04 am
דורך הוגה
שמעקעדיג האט געשריבן:מען דארף די מערדער איינזעצן פאר לייף און האלטן די גאסן סעיף.


נאכדעם וועסטו האבן נאך א מעשה צו פאוסטען אין דער אשכול.
;)

אגב, די מעשה איז שוידערליך! נישט. צום באגרייפען. ובלע המות לנצח וגו'

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:32 am
דורך [NAMELESS]
א ביטערע מעשה. :(

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 4:27 pm
דורך אפטעמיסט
תנצב"ה