בלאט 1 פון 3
וויכטיגע אסיפה סאטמאר וומסב"ג ג' תצוה שנת תשע"ד
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:14 am
דורך שרייבער
נעכטן נאכט איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה למען חיזוק יסודות הדת בביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר בוויליאמסבורג הופפער סט.
בפקודת הקודש פון האדמו"ר מהר"א האט אויפגעטרעטן בנו הגדול אב"ד הקהלה הגרמ"מ, און מעורר געווען בנוגע תקנות וואס מען גייט מאכן פאר בחורים וועגן סענסאר'ס, וואס די לעצטערע מאדעלן קען מען זען אויך.
ווידער האט ער מעורר געווען וועגן די נשים און מיידלעך וואס שמירן זיך אויף א אופן וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה, ער האט ארומגערעדט אז לעצטענס הערט מען ל"ע זייער אסאך פון די ביטערע מחלה ביי יונגע פרויען
און צום שלוס האט ער ארומגערעדט וועגן א ס"ת וואס איז אראפגעפאלן אין ביהמ"ד וואס דערפאר האט מען קובע געווען א יום תענית דעם לעצטן דאנערשטאג פון שובבי"ם, און ווער ס'איז נישט בכח צו פאסטן זאל זיך פודה זיין מיט די סכום פון 72 דאלער, די געלט גייט למען המערכה פון מציצה בפה
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:15 am
דורך איש עברי
די דריטע אשכול אויף דעם אסיפה, וואס איז די ווינט???
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:16 am
דורך שרייבער
די ערשטע צוויי האט מען אפגעשלאסן צוליב וואס מ'האט געקייט וואסער, יעצט אז ס'איז שוין נאכדעם האב איך פלעין געמאלדן די טרוקענע נייעס
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:19 am
דורך איש עברי
וואסארא סענסאר'ס גייט מען אסר'ן
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:21 am
דורך שרייבער
שרייבער האט געשריבן:די לעצטערע מאדעלן קען מען זען אויך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:23 am
דורך נולד מאוחר
שרייבער האט געשריבן:די געלט גייט למען המערכה פון מציצה בפה
סאיז א חיכה וטלילא אז די געלט גייט פאר א מערכה וואס איז לויט טייל דעות מנוגד צי די תורה.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:30 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:37 am
דורך קרעקער
SANSA RECORDER
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:18 am
דורך ודי למבין
נולד מאוחר האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:די געלט גייט למען המערכה פון מציצה בפה
סאיז א חיכה וטלילא אז די געלט גייט פאר א מערכה וואס איז לויט טייל דעות מנוגד צי די תורה.
ס'איז אויך א חיכה וטלילא אז מ'זאגט ווערטער וועלכע אימפלייען אז די סיבה פארוואס מ'הערט ליידער שרעקליכע מעשיות ביי יונגע פרויען איז ווייל מיידלעך שמירן זיך...
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:20 am
דורך איש עברי
איין זאך לאמיר האפן אז דער אייבערשטער האט זיך צוגעקוקט צו די אסיפה און געזאגט צו די פמליה של מעלה: קוקטס ווי משוגע מיינע אידישע קינדערלעך זענען סאיז שוין געקומען די צייט זיי אויסצולייזן
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:55 am
דורך נולד מאוחר
וואס וואלסטו ווען געזאגט ווען די האסט ווען די מייק אין די האנט?
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:57 am
דורך דער (פינטעל) איד
איש עברי האט געשריבן:איין זאך לאמיר האפן אז דער אייבערשטער האט זיך צוגעקוקט צו די אסיפה און געזאגט צו די פמליה של מעלה: קוקטס ווי משוגע מיינע אידישע קינדערלעך זענען סאיז שוין געקומען די צייט זיי אויסצולייזן
יא יא אבער נאר דע משוגעים וועט ער אויסלייזן!!!
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 11:54 am
דורך מ גפני
קרעקער האט געשריבן:SANSA RECORDER
אין די ישיבה על קברו האט מען די וואך געווארפן בחורים וואס האבן געהאט ווידעאו'ס אויף זייער SANSA
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 11:56 am
דורך יואליש
שרייבער האט געשריבן: בנוגע תקנות וואס מען גייט מאכן פאר בחורים וועגן סענסאר'ס, וואס די לעצטערע מאדעלן קען מען זען אויך.
ווי עסקנים געבן איבער איז סענסאר'ס די צווייטע גרעסטע סיבה פון גיטין ביי בחורים, גלייך אונטער וואטסעפפ.
ערענסט גערעדט, וואס איז דאס סענסארס?
___
אה, גפני האקט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:11 pm
דורך למדן
שרייבער האט געשריבן:און צום שלוס האט ער ארומגערעדט וועגן א ס"ת וואס איז אראפגעפאלן אין ביהמ"ד וואס דערפאר האט מען קובע געווען א יום תענית דעם לעצטן דאנערשטאג פון שובבי"ם, און ווער ס'איז נישט בכח צו פאסטן זאל זיך פודה זיין מיט די סכום פון 72 דאלער, די געלט גייט למען המערכה פון מציצה בפה
איך מיין אז איהר זענט אביסל מיס אינפארמירט, ווער עס קען נישט פאסטן דארף געבן $100 פדיון נפש און ווער עס פאסט יא דארף נאר געבן $72 און ער שפארט זיך א סך הכל פון $28
ועוד שפארט זיך דער וואס ער גייט איין צו פאסטן אז ביז סוף וואך וועט ער דארפן אראפלייגן נאר $18 לעומת $36 פאר ווער עס קענישט פאסטן
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:16 pm
דורך פיינע קאווע
דער רב האט פארופען זיין קהלה אין זיין ביהמ"ד. מעורר געווען בדברים היוצאים מן הלב בדברים הצריכין חיזוק. ער האט מדגיש געווען אז מיר זענען געוויס נישט אין הימל אבער מען דארף מתקן זיין וואס יעדער זעהט עס פעלט זיך אויס. די סענסעס איז א פראבלעם. דאס שמירען איז א פראבלעם. דאס אראפ פאלן א ספר תורה ברענגט מעורר צו זיין.
דער רב האט געטון וואס יעדער רב בישראל האט געטון בדורות הקודמים ווען עס איז געווען א עת צרה. פארשטייט זיך היינט ווי אלעמאל זענען געווען גראבע אינגען וואס האבן דערפון געמאכט ליצנות און דער באן פארט ווייטער.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:31 pm
דורך אפטעמיסט
וואס וועט דער רב טוען אויב ער וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט און זעהן גאט האט נישט קיין פראבלעם מיט סענסעס און שמירען די אויגן? מיינסט טאקע אז דער באשעפער אינדאסירט א ברייטע פלאטשיקס, שווארצע מלאכי חבלה גלעזער, א שמוציגע רעקל, א זויערע געזיכט, אן ארבעטסלאזע סטאטוס און זיכען וואו ער קען מוחה זיין?
וועסט זיין שאקירט, אבער דער רבש"ע שעצט די וואס גייען א קליין געשטריקטע קאפל, קורצע העמד, רעדן ענגליש האבן א סענסע און עסן או יו.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:33 pm
דורך ברעט מענינג
עס איז דא מענטשען וואס ווייסן נישט וואס א sansa איז, ברענג איך דא אראפ א בילד.
געדענק נישט קויפן ווייל די וועסט נאך אראפ פליען פון יודישען וועג.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:40 pm
דורך העלא
ר' מענדל מ'רימנאוו האט געזאגט "א פרישע מאדע א פרישע מחלה,
עס שטייט אז אלע צרות ישראל קומען וועגן פארנאכלעסיגקייט אין עניני קדושה,
פון ווי נעמסטו אז זאגן דאס איז טיפשות?
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:51 pm
דורך למדן
דער רב האט אנגעהויבן אז מ' זעהט זאכן ביי אונז וואס מען זעהט נישט איו ערגעץ וואלט איך פארשטאנען אז גאט וויל פון אונז עפעס וואס מיר זענען ערגער פון יעדעם, איז שמירן דאס פנים בעיקר איינגעריסן איו ווילי?
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:29 pm
דורך איש עברי
העלא האט געשריבן:ר' מענדל מ'רימנאוו האט געזאגט "א פרישע מאדע א פרישע מחלה,
עס שטייט אז אלע צרות ישראל קומען וועגן פארנאכלעסיגקייט אין עניני קדושה,
פון ווי נעמסטו אז זאגן דאס איז טיפשות?
קודם כל זיי וויסן אז די הייליגע רבי פון לובלין האט נישט געהאלטן פון דעם דרך וואס רבי ר' מענדעלע האט געהאט אז פרויען זאלןנישט גיין אנגעטוהן ווי די מאדע, ער האט געזאגט בנות ישראל דארפן זיין שיין ואין כאן המקום להאריך
עס שטייט אין אסאך מער פלעצער אז מחלוקת ברענגט צרות ווי אז ענייני קדושה, און דיין פראבלעם איז אז דו טייטשט אויס קדושה לויט דיין קאפ, קדושה מיינט באשיידנקייט הבדלה, אז פרויען שמירן זיך שיין אויס פאר זייערע מענער איז דאס שפיץ קדושה.
און טאמער א רב שטעלט זיך אויף אין 2014 האקן אויף סענסע איז עס טיפשות!!
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:41 pm
דורך הוגה
העלא האט געשריבן:ר' מענדל מ'רימנאוו האט געזאגט "א פרישע מאדע א פרישע מחלה,
עס שטייט אז אלע צרות ישראל קומען וועגן פארנאכלעסיגקייט אין עניני קדושה,
פון ווי נעמסטו אז זאגן דאס איז טיפשות?
און חז"ל זאגן אז ווען מען זעהט אז צרות פארמערן זיך, 'צא ובדוק בדייני ישראל'!
(קרעדיט אמ"ג)
.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:43 pm
דורך גנדי
העלא האט געשריבן:ר' מענדל מ'רימנאוו האט געזאגט "א פרישע מאדע א פרישע מחלה,
עס שטייט אז אלע צרות ישראל קומען וועגן פארנאכלעסיגקייט אין עניני קדושה,
פון ווי נעמסטו אז זאגן דאס איז טיפשות?
"שמירן די אויגן" איז נישט א "פרישע מאדע" דאס האבן פרויען און מיידלעך געטוהן בימי חז"ל, אין מצרים און נאך בימי אברהם אבינו...