"מיין קאמף מיט די עמלקים" [ס' 1 ,עפיזאד 4# ]

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

"מיין קאמף מיט די עמלקים" [ס' 1 ,עפיזאד 4# ]

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ליסטע פין פריערדיגע עפיזאדען:

עפיזאדען ליסטע
[center]--------------------------[/center]

א גוטען טאג טייערע ליינער,

איך האבען אייך איבער געלאזט אינעם לעצטען עפיזאד ווי אאיך בין געגאנגען שלאפען אינען פארעם הויז פרייטיג פארטאגס,

אין יעצט לאמיר גיין ווייטער:

כ'האב מיר פיין אויסגעשלאפען, דערווייל האט חנניה אריבער געברענגט מיין ווייב פינעם האטעל, מיט די פעקלעך, אין אויך האט ער אריבער געברענגט מיין טייערע טשיקען זופ מיט די טשולענט,

ווען כ'האב זיך אויפגעוועקט האט שוין דער שבת געשמעקט פין אלע ווינקלעך, ס'געווען ממש פאר חצות כ'האב שנעל אפגעדאווענט, עפעס געגעסען אין זיך אנגעהויבען גרייטען אויף שבת קודש,

דערווייל האב איך זיך אראפ געזעצט אין קאך צי טועמיה, חנניה האט זיך אויך ציגעזעצט,

איך: נו חנניה, ווי האלטען די ערלים מיט זייער געיעג ?

חנניה: דערווייל האבען זיי אינגאנצען פארלוירען אונדזערע שפירען, זיי טאפען אין די פינסטער, אבער לדעתי קען מען נישט וויסען וויזוי די זאך וועט זיך אויסשפילען מען דארף זיין גרייט אויף די פאל טאמער זיי וועלען אויסגעפינען אונזער מקום מנוחה,

איך: כ'וועל דיר זאגען, באמת האף איך צים באשעפער אז זיי וועלען נישט געוואר ווערען, דער באשעפער וואס האט געהאלפען ביז יעצט וועט ווייטער אויך העלפען, נאר וואס דען, מען טאר זיך נישט פארלאזען אויף קיין ניסים, מען דארף האבען גרייט א צווייטע פלאץ ווי צי קענען אנטלויפען,

חנניה: יא, איז כ'האב שוין טאקע ציגעגרייט א פלאץ, ס'מיר נאך נישט אויסגעקומען דיר צי זאגען, אבער כ'האב א שטיק צייט צירוק געקויפט א פארעם אין א פארלאזטע געגענט אין סאוט קאראליינע וואס זיצט לעבען א טייך וואס די טייך לויפט אריין אינעם אטלאנטיק ים, כ'האב דארט ציגעגרייט א שיינע סייז שיף, אז טאמער מען וועט דארפען פין דארט אויך אנטלויפען, זעצט מען זיך אריין אינעם שיף אין מען פארט ארויס אויפען ים, די שיף איז געטריבען דורעך ווינט אין סאלאר, אין ס'ניצט דיזעל נאר פאר א בעקאפ קראפט,

איך: אוה באוי, די האסט זיך פיין ציגעגרייט, שוין ב"ה פאר דעם, דערווייל לאמיר האפען אז מען וועט נישט ברויכען צי אנטלויפען,

דערווייל איז מיין ווייב אויפגעשטאנען פין איר דרימעל, אין אריינגעוואקט אין קאך צי עפעס עסען,

איך: אה שלום עליכם יודית, כ'האף ביסטעך גוט אויסגעשלאפען,

יודית: יא אויסגעשלאפען....., חנניה האט מיר פארציילט וואס די האסט אנגעארבעט, די ביסט אינגאנצען משוגע געווארען ???!, כ'ווייס נישט מיט וועם כ'בין דא אריינגעפאלען.... נאך צען יאר זיין חתונה געהאט האב איך געמיינט איך קען דיר שוין, אזא משוגעת זיך גיין שלאגען מיט די CIA, זאגמיר וואסי געשען מיט דיר ? די ווייסט בכלל וואס די האסט געטוהן ???!, די ווייסט וואס דאס מיינט ????!, די מיינסט כ'בין עקסיידעט צי דארפען זיך יעצט זארגען וועגען די CIA, ניין כ'בין בכלל נישט עקסיידעט, כ'וויל צירוק אהיים גיין אין פארטיג, דעי גאנצע מעשה איז מיר בכלל נישט צים הארצען,

דא איז איר פנים געווארען פארוואלקענט, אין טרערען האבען זיך גענומען גליטשען .......

איך: יודית, יודית,.... יודית, כ'פארשטיי וויזוי די שפירסט, אבער .......

יודית: פארשטיי מיר נישט אזוי פיהל...... אין הער אויף צי טוהן אזאלכע נארישקייטען, וואס וועט יעצט זיין ??, וואס וועט זיין מיט אלישא'לע ?? ער דארף א טאטע, ער דארף א מאמע, ווער האט דיר דערקלערט אלץ "וועלט'ס פארזארגער", פארוואס האסטו דיר געדארפט אריינלייגען אין צרות, פאר אלע גוטע יארען וואס האט עס אויסגעפעלט ??????

איך: אקעי יודית, הער מיר צי, כ'בין נישט משוגע אין כ'ווייס וואס איך טוה, הער מיר גוט צי וואס איך זאג, איך בין בכלל נישט משוגע, אי"ה מוצאי שבת גיימער אויספארשען דעם בלומבערג, כ'וויל די זאלסט אויך דארט זיין, אונז האמער אונדזערע וועגען עים צי מאכען רעדען, ער גייט זינגען ווי א טאטע'לע, כ'וויל די זאלסט הערען וואס ער גייט זאגען, נאכדעם וועסטו שוין אלעס פארשטיין, די הערסט וואס איך זאג, אונז האמיר נישט וואס צי פארלירען, טאמער מען טוט נישט עפעס דערוועגען דאן איז מען סייווי אויף צרות, איינמאל די וועסט הערען וואס ער זאגט וועסטו מיר שוין גוט פארשטיין, אקעי

אין וועגען אלישא'לע זארג זיך נישט, נאך שבת וועל איך אים אהער ברענגען אין ער וועט האבען א טאטע מיט א מאמע,

מיין ווייב האט נישט גענפערט אין איז ארויס פין קאך,

דערווייל האב איך זיך געברויכט ציגרייטען אויף שבת, כ'בין געגאנגען אין מקוה, ס'געווען דארט א פריוויזארישע מקוה וואס חנניה האט ציגעגרייט, אין סאוט קאראליינע זאגט ער האט ער שוין געבויעט א געהעריגע מקוה,

די מקוה איז געווען פיין אין כ'האב מיר געזעצט מעביר סדרה זיין אין די שטב וואס חנניה האט געמאכט אלץ ספרים שטוב,

חנניה קומט אריין אינמיטען אין זעצט זיך קעגען איבער,

איך: נו וואס גייט פאר ?

חנניה: די זאך איז אזוי, זיי זענען זייער ווילד, די חברה, ס'קוקט אויס אז מען האט זיי געגעבען א קלאפ דארט ווי ס'טוט זייער וויי, אלע אגענטורען ארבעטען אינאיינעם צי טרעפען דעם בלומבערג, די CIA די NSA, האומלענד סיקיורעטי, אפילו די סיקרעט סערוויס איז אריינגעמישט,

איך: נו, זאלען זיי ציפלאצט ווערען, דאס איז נאר די ערשטע קלאפ, ס'קומט פאר זיי נאך, סאו ס'בעסער זיי זאלען זיך ציגעוואוינען דערצי.....

חנניה: יא אבער כ'מיין אז מען ברויך זיין פארזיכטיג, ווייל טאמער קומען זיי אויף אונדזערע שפירען דאן איז עס נישט קיין טובה פאר די גאנצע אקציע, דער בלומבערג ווייסט דאך נישט ווי ער איז, אין ער דערקענט נישט קיינעם פין אונז, אפשער דראפט מען עים ערגעץ אין זיי וועלען עים טרעפען אין די מצב וועט זיך באריאוגען אין נאכדעם קענען ווייטער ארבעטען שטילערהייט,

איך: חנניה כ'האב נישט גענוג פין מיין ווייב ? די ביסט אויך געווארען א פרוי ? וואס האסטע אזוי מורא, הער מיר צי, מיטען באשעפער'ס הילף וועלען זיי אונז נישט טרעפען אין דער בלומבערג בלייבט ביי אונז ביז מיר וועלען פין עים ארויס נעמען יעדעס ביסעל אינפארמאציע וואס ער האט, נאכדעם וועט מען עים געבען א דראג וואס מעקט אויס זיי זכרון פין די לעצטע צייטען, אין נאכדען קען ער גיין צי אלע רוחות, פין מיין זייט קענסטע עים שיקען צי די לבנה, אבער ביז דעמאלץ בלייבט ער דא, פארשטאנען ?

חנניה: אקעי חזקי, ווילסט אזוי זאל זיין אזוי, אין זאל דער באשעפער האלטען זיין רעכטע האנט אויף אונז,

איך: אה יעצט רעדסטע ווי א איד, יא ! בשן ה' נעשה ונצליח, מיר זענען שליחי ציבור, מיר ארבעטען פאר'ן כלל, אין דער באשעפער איז מיט אונז, מיר דארפען מורא האבען נאר פאר גאט,
--------

פרייטיג צי נאכטס נאך די סעודה בין איך ארויס אויף א שטיקל שפאציר אויפען פארעם, כ'האב זיך אינטער געזונגען ווארעמע ניגוני שבת, אין פרובירט אביסל זיך צי מדבק זיין אינעם קדושת השבת,

כ'האב אנגעהויבען צי זינגען דעם וויזשניצער קה אכסוף, אוי ויהיו רחמך מתגוללים..... אוי ויהיו רחמך מתגוללים על עם קדשך..... אוי להשקות צמאי חסדך..... אוי מנהר היוצא מעדן......

כ'האב אזוי אריינשפאצירט טיף צווישען די פעלדער (ס'האט א גדר ארום, נישט קיין שאלה פין תחום שבת),

אוי ויהיו רחמך מתגוללים..... אוי ויהיו רחמך מתגוללים על עם קדשך..... אוי להשקות צמאי חסדך..... אוי מנהר היוצא מעדן......,

פליצלונג זעה איך א לעכטיגקייט פינדערווייטענס, כ'ווינדער מיר וואס איז דאס אינמיטען פעלד, כ'שפאציר ווייטער אין כ'זעה ווי עס שטייט דארט א מענטש מיט א ליכטיג פנים אין א שניי ווייסע בארד, מיט א גרויסע ווייסע קאפעל אויפען קאפ,

ער שפאצירט צי צי מיר אין ער לייגט ארויף זיין האנט אויף מיין פלייצע,

חזקיהו זאלסט וויסען אז פין הימל איז מען ציפרידען מיט דיין ארבעט, לאז נישט נאך , ס'וועלען נאך קומען שווערע צייטען, האלט דיר שטארק מיט אמונה בה', לאז דיר נישט ברעכען, אז די וועסט דיר האלטען שטארק וועסטו אסאך אויפטוהן,

זאלסט וויסען אז מען האלט שוין ביי די לעצטע צייטען פאר ביאת המשיח, די סטרא אחרא פרובירט מיט אלע כוחות צי שטערען, די כוחות הטומאה זענען זייער ווילד, דער באשעפער קען ברענגען די גאולה אין איין רגע, אבער ס'איז די רצון ה' אז די ארבעט זאל געטוהן ווערען דא אויף דעם עולם דורעך מענטשען מיט א בחירה,

זאלסט וויסען אז טאמער די וועסט זיך האלטען פעלזען פעסט מיטען באשעפער דאן נישט קיין חילוק וואס עס פאסירט איז דער באשעפער מיט דיר, טאמער חלילה עפעס פאסירט האסטו אבער געטוהן דיינס, דא האסטע א רינגעל ס'האט אויף זיך פין אינווייניג אויסגעקריצט די הייליגע שם הויה, טאמער די וועסט זיין אין א סכנה טוה עס אן אין וועסט געראטעוועט ווערען, אבער טראג עס נישט אלעמאל, האלט עס אין א הייליג פלאץ אין פארשוועך עס נישט,

איך: אבער ווער ביסטו ?

איך בין אליהו הנביא, זאג פאר דיין ווייב אז אין די זכות וואס זי וועט דיר שטיצען אין דיין ארבעט וועט זי כעת חיה געבענטשט ווערען מיט א בן זכר וואס וועט באלייכטען די וועלט, אין געב אים א נאמען "בן ציון" , אין יעצט מיז איך שוין גיין, א גוט שבת,

אין פלוצלינג איז ער פארשווינדען געווארען אין כ'בין ווייטער געווען אין דעם פעלד אליינס אין דעם שבת'דיגען נאכט,

כ'בין צירוק צים הויז, כ'האב מיר געלייגט שלאפען אין דערווייל נישט פארציילט פאר קיינעם איבער וואס עס האט פאסירט, דאס רינגעל האב איך באהאלטען אין א פארזיכערט ארט,

-------------

די אויספארשונג אויף בלומבערג אי"ה אינעם 5'טען עפיזאד,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר