בלאט 1 פון 1

וואו געפינט מען א סייט, אויף אידיש, פון אידישע ביכער אנליין?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:30 am
דורך טשוכעפאכע
איך זוך א סייט וואס שרייבט זיך אויף אידיש אדער אויף לשון קודש, נישט אויף איינגליש, וועלכער ענטהאלט ביכער אויף אידיש וואס מען קען לייענען אן ליין.
א דאנק פאראויס.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 7:39 am
דורך נהורא נפישא
אריבער צען טויזענט יידישע ביכער דיגיטיליזירט.
https://archive.org/details/nationalyiddishbookcenter

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 10:30 am
דורך טשוכעפאכע
ישר כח. אבער איך זוך א סייט אויף אידיש, נישט אויף איינגליש. איך רעד און לייען קוים די איינלישע שפראך.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 10:42 am
דורך טשוכעפאכע
צווייטנס, איך זוך א סייט וואס מען קען דארט לייענען אומזיסט, נישט פאר געלט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 2:19 pm
דורך נהורא נפישא
ערשטענס, איז עס יא אומזיסט, צווייטענס דארפסט נישט קענען קיין ענגליש בכלל קלאפ אריין דעם בוך וואס איר זיכט דא
http://www.yiddishbookcenter.org/books/search

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 4:25 pm
דורך טשוכעפאכע
דער ספעציפישער בוך וואס איך זוך געפינט זיך צווישן די יזכור ביכער, און דארט שטייט אויף יעדן בוך BUY NOW. מיינט עס א ודאי אז מ'קען עס נאר קויפן, ווייל קיין שום אנדער אפציע איז דארט נישטא.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 4:36 pm
דורך נהורא נפישא
דא קענט איר בלעטערן הונדערטער יזכור ביכער בחנם
http://yizkor.nypl.org/

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 9:00 pm
דורך געפילטע פיש
און אויב האט איר א פראבלעם אז איר קענט נישט לייענען די ענגלישע ווערטער אין א סייט, קענט איר גיין צו translate.google.com, און אריינלייגן די URL פונעם סייט וואס איר ווילט זען אינעם באקסל דארט, און דאס וועט איבערטייטשן די גאנצע בלאט. למשל דא האט איר די ערשטע ליקט פון archive.org איבערגעטייטשט אין אידיש, און אין עברית.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 9:15 pm
דורך נהורא נפישא
שכוח געפילטע ס'ערשטע מאל איך הער דאס, נאר איין גרויסע פראבלעם דאס אז גוגל טרענזלעישן טויג אויף כפרות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 9:34 pm
דורך געפילטע פיש
צו יידיש איז עס שלעכט, עברית אביסל בעסער, אבער בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער.

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 5:21 am
דורך טשוכעפאכע
איך האב געטראפן! א געוואלדיגן ישר כח צו נהורא נפישא פאר די געטרייע הילף. איך זוך שוין יארן דעם פנקס יזכור פון מיינע זיידעס און עלטער זיידנס שטעטל. היינט האב איך געפונען. ווידער א ישר כח1