כ'קען נישט אלעס פונקטליך שרייבן וואס דארט ווערט אזוי גוט דעטאלירט, נאר בקיצור די עקרי החדשות פאר די וואס קענען נישט ענגליש

פאר מער איז דא א לינק אונטן.
הערט מען ראדיא? יא! 242 מיליאן אמעריקאנע פון אלע דעמאגראפיקס העכער 12 יאר, אלע עטניסיטיס און געאפראגיס הערן אויס ראדיא לכל הפחות איין מאל אין יעדע וואך. דאס איז 92% פון אמעריקאנע פאפולאציע. זיי הערן זיך צו פון א אויסוואל פון 16000 סטאנציעס איבער אמעריקע דעקענדיג 50 פארשידעע פארמאטן (קאנטרי, היפ האפ, נייעס, און נאך 47 סארטן! באלד וועל איך ברענגען וועלכע פארמאט ס'איז פון די שטערקסטע, ממש א שאק פאר אסאך וואס האבן נישט געזען גאנץ אן ענליכן PEW ריסוירטש באריכט פון א יאר צוריק)
Millennialsאיך האב זיך אויסגעלערנט א נייע ווארט "MILLENNIALS" דאס זענען מענטשן וואס זענען יעצט צווישן 18 און 35 יאר אלט, 65 מיליאן פון זיי (90% פון Millennials) הערן ראדיא ארום 12 שעה א וואך. ביי די גרופ איז דער 'טאפ דעי-פארט': PM דרייוו, זיי הערן די מערסטע אויס ראדיא צווישן 3 און 7 וואס ווערט גערופן פי עם דרייוו, נאכמיטאג דרייוו [ביי ראדיא רעיטינגס איז עס איינגעטיילט אין עטליכע אפטיילונג, ס'דא 'מארנינג דרייוו' וואס איז פון 5 פארטאגס ביז 10, דערנאך קומט מיד-דעי וואס לויפט פון 10 ביז 3 נאכמיטאג, ווייטער קומט 'PM דרייוו' וואס גייט פון 3 ביז 7 אויפדערנאכט. פון 7 ביז 12 מיטלנאכט איז פון די שוואכסטע צייטן אויף ראדיא., ראדיא פראגראמירער שטעלן אויס זייער סטאנציע אז ס'זאל גוט אויסקומען יעדע חלק אין די רעיטינגס וואס אלעס צוזאמען אפעקטירט אויפן אוועראל רעיטנג פארן גאנצע סטאנציע], אויך איז ביי די גרופ די נומבער איינס פארמאט 'קאנטרי מוזיק'.
ביי די גרופ זענען 72% פון זיי ראדיא אויסהערער אינדרויסן פון דערהיים, ווארשיינליך אין קאר אדער ביי די ארבעט. 28% הערט אינדערהיים.
~~~~
GENERATION Xנאך א נייע ווארט זיך געלערנט: GENERATION X מענטשן צווישן 35 און 49 יארגאנג, 85 מיליאן פון זיי (92.7% פון GENERATION X) הערן אויס ראדיא 14 שעה א וואך, זייער טאפ דעי-פארט איז מיד-דעי, נומבער איינס פארמאט איז אויך קאנטרי מוזיק. ביי די גרופ זענען 72% פון זיי ראדיא אויסהערער אינדרויסן פון דערהיים, ווארשיינליך אין קאר אדער ביי די ארבעט. 28% הערט אינדערהיים. (גענוי ווי די פריערדיגע גרופ)
~~~~
BOOMERS: מענטשן צווישן 50 און 65 יארגאנג. 56 מיליאן (91%) הערן ראדיא 14.5 שעה א וואך, טאפ דעי-פארט איז מיד-דעי, נומבער איינס פארמאט איז נייעס-טאלק (ביידע ווערטער צוזאמען, נישט פארמישן מיט סתם נייעס ווי למשל 880, 880 איז "נייעס", נייעס-טאלק איז 770)
ס'דא נאך גרופס ווי היספאניקס און אפריקען אמעריקן וואס מ'וועט קענען זען אין די לינק.
אוועראל טאפ פארט-דעי איז מיד-דעי פון 10 ביז 3, (דא אין נ.י. סיטי לויפט אין די צייט אויף 770 העראלדא ריווערע פון 10 ביז 12 און קורטיס און קובי פון 12 ביז דריי. און אויף WOR 710 לויפט מארק סימאן 12-10 און לימבא 3-12) און אוועראל פארמאט איז 'קאנטרי' מוזיק א נאנטער סעקאנד פארמאט איז נייעס טאלק! יא, נישט היפ האפ נישט ספארטס נישט קלעסיקעל און נישט ראק. דא איז די ליסט אין א רייע פון אפאר פארמאטן און זייערע רענקינגס (פראצענט)
קאנטרי: 14.8
נייעס-טאלק א נאנטער צווייט: 11.8
פאפ קאנטעמפארערי: 8.0
אדאלט קאנטעמפארערי: 7.3
קלעסיקל היטס: 5.5
קלעסיק ראק: 5.2
ספארטס איז א ווייטע: 3.1
נייעס: 1.5
אלדיעס: 1.4
אויך איז דאס אינטערעסאנט, דער שעה פון טאג וואס מ'הערט דאס מערסטע צו ראדיא איז 7 אזייגער צופרי. דאס איז די שטערקסטע שעה אין טאג.
Pop, rock, and hip hop get most of the attention in the popular press. On the radio, they appear to be an afterthought
פאר מער ליינט דא
http://www.nielsen.com/content/dam/corp ... b-2014.pdf