בלאט 1 פון 1
העתקה פראיעקט: פריש-אנטדעקטע רעקארדירונג פון הרה"ק מסאטמאר
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 12:46 am
דורך העתקה
טראצדעם וואס עס איז שוין פארריבער נאנט צו 35 יאר זינט דער סאטמארער רבי זצוק"ל איז נסתלק געווארן בשנת תשל"ט, האט דער דורשט נאך יעדער פרישער זאך וואס איז נוגע דעם גרויסן און הייליגן פערזענליכקייט נאך בכלל נישט נאכגעלאזט. יעדער דבר חידוש פון דעם סאטמארער רבי'ן ווערט באלד אויפגענומען מיט גרויס פרייד ביי די צענדליגער טויזנטער וועלכע געהערן צו די חסידות'ן וועלכע ציילן זיך צווישן די תלמידים פון דעם סאטמארער רבי'ן, און ווערן צעכאפט פון די געשעפטן.
א ידיעה איבער א נייע "תורה", א נייע מעשה, א בילד אדער א ווידעא, ווערט גלייך צעשפרייט ווי א ווילדן פייער, און ברענגט השתוקקות ביי אלע וועלכע ציילן זיך צווישן חסידים און מעריצים פון דעם סאטמארער רבי'ן.
איש בשורה אנוכי היום צו ברענגען פאר'ן ציבור א פריש-אנטדעקטע רעקארדירונג פון דעם סאטמארער רבי'ן, פון דער תקופה פון דער זעקס-טאג מלחמה. דאס איז אפגעכאפט געווארן ביים רבי'ן אין שטוב, און איז א שמועס צווישן דעם רבי'ן און זיינע נאנטע ראטגעבער און שטוב-מענטשן, הרב נתן יוסף מייזעלס, ר' הערץ פרענקל און ר' סענדער דייטש, איבער ענינים שעמדו על הפרק, הויפטזעכליך ציונות און גדולי ישראל וועלכע זענען יא אדער נישט מיטגעשטאנען מיט דעם סאטמארער רבי'נס שיטות.
נישט יעדער איז געוואוינט צו דעם סאטמארער רבינ'ס אויסשפראך און אקצענט, און דעריבער איז שווער צו פארשטיין גענוי וואס ער זאגט. אזוי אויך דארף מען זיין בקי צו דערקענען די קולות פון די שטוב מענטשן. וויל איך דעריבער בעטן דעם חשוב'ן ציבור וואס זענען באקאנט מיט די קאסעטעס פון דעם סאטמארער רבי'ן, צוזאמען צו דעשיפרירן און מעתיק זיין די גאנצע רעקארדירונג.
איך וועל בע"ה ארויפשטעלן איין קורצע שטיקל אויפאמאל, און ווי נאר עס וועט זיין א פולקאמע העתקה דערפון, וועל איך ארויפשטעלן דעם נעקסטן שטיקל – ביז די גאנצע רעקארדירונג וועט קלאר אראפגעשריבן ווערן.
דאס וועט בע"ה זיין א הערליכער פראיעקט ווי די חשוב'ע חברים וועלן צוביסלעך צוזאמען אויפדעקן א פרישן גרויסן חידוש פון דעם סאטמארער רבי'ן זצוק"ל.
וואס זאגט דער עולם צום פלאן?
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 1:23 am
דורך חד גדיא
זעהט אויס זייער אינטערעסאנט. כ'וועל פראבירן צו העלפן מיט די עבודה.
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 8:06 am
דורך משולם שטיינפעלד
איז דאס נישט דער אלטע רעקארדינג?
ווי מען הערט "דער ב****ר מיט די ג***ר זאלן צוזעצט ווערן, איך האב נאר מורא פונעם הייליגן באשעפער אליין?"
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 8:20 am
דורך בן תמליון
געזונטערהייט לייגט ארויף זאל דער עולם הנאה האבן און זאגן מיינונגען, אבער דער רעקארדירונג איז נישט פריש אנטדעקט עס איז שוין דא אסאך יארן. קען זיין פאר רוב עולם איז עס פריש.
מען דארף אינאכט נעמען עס איז געווען א פריוואטער שמועס. וואס א מענטש רעדט פריוואט איז נישט וואס ער וואלט גערעדט אין פאבליק, עס זאגט אבער מער איבערן אמת'ן בליק פונעם פערזאן, ווי להבדיל ניקסאן אויף זיינע פריוואטע טעיפס איז אן אנטיסעמיט.
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 9:43 am
דורך נאר,,פרייליך
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איז דאס נישט דער אלטע רעקארדינג?
ווי מען הערט "דער ב****ר מיט די ג***ר זאלן צוזעצט ווערן, איך האב נאר מורא פונעם הייליגן באשעפער אליין?"
דער סאטמאר רב זאגט דארט די ג....ר 'חסידים' און ב........ר 'חסידים'
ומשם הבנתי די גרויסע אהבה פון דעי צום הייליגען סאטמאר רב, זיינע רייד בביתו נאוה קודש האבען אפגעהילכט נאך ביפאר רב שטיינפעלד האט זוכה געווען צום ריקארדינג
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 3:13 am
דורך וחלופיהן
איז דאס דער רעקארדינג וואו ער שעלט אויך צאם ר' משה פיינשטיין? איך האב שוין געהערט דערפון און א וואונדער עס איז נאך נישט אן ליין.
טאמער איז עס דאס געהער עס ענדערש אין צימעס.
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 9:41 am
דורך היימישער ליטוואק
עס קען נישט זיין אז דער סטאמר רבי ז"ל זאל שעלטן מרן הגר"מ פיינשטיין ז"ל. אפשר טענה'ט ער אויף פסקים זיינע, אבער איך גלויב נישט בשום פנים ואופן אז ער האט אים גשעלטן.
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 9:52 am
דורך נאר,,פרייליך
איבער די רייד פון נ.ק. און די תנועת ה'ברסלבים וואלט געווען אינטערסאנט אז איינער קען ארויפלייגען
[tag]ברסלבר[/tag] אז די האסט'ס ביטע געב'ס ארויס
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 10:41 am
דורך shem-tov
כ'האב אמאל געהערט פון מיין ראש ישיבה זאל לעבן א רעיון אזוי: יעדע צדיק נשגב און מנהיג הדור אנגעהויבן פון אברהם אבינו. משה רבינו עד טאקע רבינו הקדוש זצוק"ל האבן אלעמאל זייער קלאר ארויסגעזאגט זייערע מיינונגען און חוות דעת קדשם. די סארט גדולים שטאלפערן נישט. זיי זאגן עס נאכאמאל און נאכאמאל ביז יעדער הערט זיי גאר גוט. איך זאג עס דא ווייל אויפן רבין קומט מען אלץ אויף אז דער רבי האט דאס געזאגט און יענץ געזאגט און סאיז אים געגאנגן ממש אין לעבן דער ענין און יענער ענין. זאג איך אדער יא אדער נישט. אויב האט ער עס נישט אפגעשריבן אין זיינע הייליגע חיבורים ויואל משה און על הגאולה. אויב האט ער עס נישט געזאגט ביי זיינע תורות אין דברי יואל. אויב האט ער נישט גערעדט דערפון ביי דרשות און סאיז נישט פארשריבן. מיין איך אז ער נישט געהאלטן אז סאיז וויכטיג איך זאל וויסן דערפון. כ'ווייס נישט פארוואס אבער אלץ חסיד וואס שלינגט מיט דארשט יעדע מעשה'לע פון דעם איש גדול ונורא אינטערסירט מיך בכלל נישט צו הערן וואס ער האט זיך געבייזערט פריוואט פאר זיינע שטוב מענטשן.
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:18 am
דורך elter-zeide
דע רבי זי"ע שרייבט אין דע הקדמה פון על הגאולה ועל התמורה, אז ער שרייבט דע הקדמה אליינס נישט דארעך זיינע תלמודים, ווייל ער וויל זיכער מאכען אז עס איז נישט פארטוישט געווארען זיינע רייד, וואס דאס פאסירט כסדר אז מ'זאגט נאך זאכען בשמו וואס איז עם קיין מאל נישט לא עלתה על דעתו, דאס איז נאך געווען אין זיינע געזינטע יארן כש"כ היינט 45 יאר שפעטער וואס יעדער ניצט דעם רבין לאט זיין געשמאק, אדער אלץ שטעקען יענעם צי שמייסען, מ'פארדרייט שוין אפילו זאכען וואס ער האט בפירוש געשריבען אין זיינע ספרים, יעצט, דע אלע נייע אויסגעטראכטע מאמרים טאר מען נישט אפילו איבער זאגען, אין די טעפס זענען פינקט אזוי שקר א ווי אלע אויסגעטראכטע מאמרים,
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:27 am
דורך קאוועניק
פארוואס זענען די טעיפס אויסגעטראכטע שקרים ?
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:55 am
דורך elter-zeide
די טעפס זענען נישט קלאר, אזוי שרייבט ער בפירוש, עס איז זייער שווער צי פארשטיין, דאס איז נאמערע איינס, צוויי, ווייל טעפס קען מען פאברעצירען יעדער לויט זיין געשמאק, מ'שנייט אוועק אין מע לייגט צי, א טעיף איז נישט באגלייבט,
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 5:00 pm
דורך קאוועניק
נו ווען לייגט מען ארויף די ערשטע שטיקעל, לאמער קודם הערן די שמועס נאכדכם קענטס עטץ זאגען אלע תריצים סאיז נישט די רבי סאיז ארי עקשטיין, סאיז נישט שיין צו הערן פרעוואטע שמוסען, סאיז געשניטן שטיקלעך
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:57 pm
דורך העתקה
לאמיר אנפאנגען מיט די ערשטע צוויי טרעקס פון די רעקארדירונג. די טרעקס זענען זייער קורץ יעדעס איינע, איינמאל דער עולם וועט עס ענדיגן מעתיק זיין, וועט מען גיין ווייטער:
1) 1:12
http://vocaroo.com/i/s0pPHT19BWwc2) 0:47
http://vocaroo.com/i/s0CRquxRm3Kj
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:10 pm
דורך מ גפני
וואס האלסטו ווער רעדט דארט?
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:30 pm
דורך berlbalaguleh
מ גפני האט געשריבן:וואס האלסטו ווער רעדט דארט?
די ערשטע רעקארדינג איז זיכער נישט רביה"ק מסאטמאר. די צווייטע איז מעגליך אז יא.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:58 pm
דורך מ גפני
די ערשטע קוקט מיר אויס ווי שלום האלפערט און זלמעלייב וואלדמאן האקט אריין דא און דארט, איז דאס מעגליך?
צום סוף פונעם צווייטן איז זיכער דער רבי ז"ל
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:31 pm
דורך berlbalaguleh
[quote="מ גפני"]די ערשטע קוקט מיר אויס ווי שלום האלפערט און זלמעלייב וואלדמאן האקט אריין דא און דארט, איז דאס מעגליך?
צום סוף פונעם צווייטן איז זיכער דער רבי ז"ל[/quote
ס'סאונדט ווי דעם רבינ'ס קול.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:57 pm
דורך elter-zeide
דע צווייטע סאונד ווי איינער מאכט נאך דעם רבי'ן,
נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:14 pm
דורך berlbalaguleh