בלאט 1 פון 2

וואטסעפפ מיט א טעפל קאווע

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 1:29 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
איינע פון די מעלות פון וואטסעפפ איז די שנעלקייט וואס מען קען שרייבן מה שלבו חפץ. מען דארף נישט זוכען דעם אדער יענעם אשכול, מען זאגט וואס מען האט צו זאגן און שוין.
אפאר חסרונות זענען, עס בלייבט נישט אויף שפעטער, נישטא קיין search option, מען איז נישט בעילום שם.

די solution איז א וואטסעפפ אשכול אינעם קאווע שטיבל.
מען קען שרייבן פון אלעם און אויף אלעם. אחוץ צימעס ביטע.
עס פאלט דיר איין א קורצע נקודה וואס דו האסט נישט קיין צייט און געדולד מאריך צו זיין בגדר הודעה, זאל דא זיין דאס פלאץ דערפאר.
ווען דו וועסט האבן צייט וועסטו קענען אויסזוכען ווי די פאסיגע פלאץ דערפאר איז, און מחליט זיין אויב דו ווילסט קאפי פעיסטען אהין.
א צווייטער קען דאס אויך טוהן אויב וויל ער. כמובן.


ובזה החלי

איך דינג זיך מיט וואס איך האב געשריבן אין דעם אשכול אויף מהר"א סטוטשין.
עס איז זייער מעגליך אז מיר זענען ארומגענומען מיט הנאות יעדע רגע. נאר פונקט ווי מיר האבן נישט הנאה פון דאס וואס מיר האבן, א ווייב, קינדער, א דזאב, חברים, מיר פאוקעסן אייביג אויף דאס וואס פעלט אונז, דאס זעלבע איז מיט פיזישע תענוגים. זייער מעגליך אז בעצם איז יעדע אטעם א פיזישע הנאה, נאר מיר האבן זיך אזוי צוגעוואוינט דערצו אז מען כאפט נישט די געוואלדיגע הנאה פון אריינאטעמן לעבן אין זיך אריין.
ווער רעדט נאך אויב מען איז א חסיד פון ר' איטשע מאיר מארגענשטערן און מען ווייסט וויאזוי אריינצואטעמען אזוי אז דער אור התענוג זאל ממלא זיין כל הגוף וכו'..

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 1:32 pm
דורך אפטעמיסט
געב עס אפאר טאג אין ס'קומט פאר אן אסיפה אין הופפער קעגן דעם אשכול

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 1:34 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
אביסל פובליסיטי פאר דעם אשכול קען גיין א לאנגען וועג :D

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 1:37 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
איז דא א וועג וויאזוי צו ווערן נאטיפיצירט ווען עס קומט א פרישע הודעה צו דעם ספעציפישען אשכול?

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 1:44 pm
דורך קאווע טרינקער
יא
קוק אונטען דעם עמוד

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 2:17 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
א דאנק ר' קאווע

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 3:18 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
NYTimes: Does a More Equal Marriage Mean Less Sex? - NYTimes: Does a More Equal Marriage Mean Less Sex?
http://nyti.ms/1kdOzQR

איך האף אז מען מעג דאס צוצייכענען אין מלפני

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 10:37 am
דורך טעפל
[tag]פוןדעסטוועגןדאך[/tag] וואס האט וואטסעפפ מיט [tag]טעפל[/tag]?

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 12:51 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
וויפיל פראצענט פון מיין טאג, פון מיין לעבן, איז געווידמעט פאר "שפעטער"?

איך עס כדי צו האבן כח שפעטער. איך ארבעט כדי איך זאל 'שפעטער' האבן געלט. איך רעד מיט איינעם כדי ער זאל מיר טוהן א טובה באלד. איך שרייב יעצט כדי איך זאל געדענקן דעם געדאנק שפעטער.

מיינט דאס אז איך שטופ אפ מיין לעבן אויף שפעטער? מיינט דאס אז בו בשעה וואס איך וועל טון אלע השתדלות צו האבן לאנגע יארן, ווייס איך נישט וויאזוי צו לעבן אט די געשאנקענע יארן?

ווען לעב איך פאר יעצט? אדער בעסער געפרעגט, ווען לעב איך??

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:11 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס עסטו נישט זאלסט האבן כח יעצט, זאלסט הנאה האבן יעצט?
ארבעטן פאר שפעטער ברענגט יעצטיגע הנאה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:02 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
דו האסט ליב ארבעט, געוואלדיג.
אין גן עדן קודם החטא האט מען אויך געדארפט ארבעטן. לעבדה ולשמרה. דאס גאנצע וואס האט זיך געטוישט נאכן חטא איז די וועג וויאזוי מען קוקט אויף ארבעטן. איז לעבדה ולשמרה א גן עדן, אדער איז עס א קללה פון בזיעת אפך תאכל לחם. די דעת האט זיך געטוישט.

צווישן מיר און דיר גערעדט, וואס איז דען מער fun וואו א מאנאפאלי געים וואס מען שפילט 'פאר עכט'?
אביסל לעבדה, אביסל ארבעטן, און אביסל אפרוען, אביסל לשמרה. איז דען דא א בעסערע גן עדן פון דעם?

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 2:07 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
נולד'ל,
פון מיין יעצטיגע שלונג, באקום איך כח אין צען מינוט פון יעצט. חוץ אפשר ווען איך בין זייער שוואך, ווי למשל נאך א תענית, וואס דעמאלט איז עס דריי מינוט נאך מיין שלינג.
אייביג שפעטער, נישט יעצט

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:09 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
די באקאנטע מאמר אז 'זאמעלען גשמיות איז ווי שטילען דעם דורשט מיט זאלצוואסער', איז מיר יעצט שטארק פאר די אויגן.
די פראבלעם: די מינוט מען איז אנגעקומען צו א שלב אין הרחבה וכדו', זעהט מען שוין די פאטענציאל צו זאמעלען (געלט, אדער ענערגיע) פאר מער הרחבה.
'פאטענציאל' איז אבער נישט קיין זיכערע הצלחה. די ארבעט, מיה, און קאסט, אנצוקומען צו דעם פאטענציאל, קען דורכפאלען.
דערזעהט מען זיך פלוצים אין א מצב פון דאגה, צו די ארבעט און געלט וועט נישט גיין לטמיון. דאס וואס האט געדארפט זיין סתם הרחבה ליתר שאת, איז נתהפך געווארן צו דאגות.
איינמאל מען איז אריבער די דאגות און שרעק, און מען האט מצליח געווען, פאנגט מען באלד אהן צו זעהן נייע פאטענציאל פאר הרחבה. וחוזר חלולה.

איז די עצה אז מען זאל זיין א שמח בחלקו, און נישט זוכען מער הרחבה?

מען דארף אבער געדענקען אז אויב איז מען פולקאם צופרידן אין וואס מען האט, און מען זוכט נישט צו פארבעסערען דאס לעבן, פארלירט מען די געשמאק פון טשאלענדזש, פון איבערקומען עיכובים.
א דומם איז א עומד. א חי איז כסדר משנה די ארומיגע מציאות לטובתו. אפי' די פשוטע פעולה פון אטעמען, איז א פעולה פון ארומארבעטן מיט כעמיקאלען אין די לופט ארום אים, לטובתו. אריינשלעפן די כעמיקאלען, אפטיילען איין מין כעמיקאל פון די אנדערע, אוועקבלאזען די מין וואס מען דארף נישט, און צופיצעלען די מין וואס מען דארף יא אז עס זאל מאכן פעולות ושינוים אינערהאלב מיינע צעללן כדי מיר צו געבן ענערגיע וכדו'.
א חי איז א מאשין וואס פארארבעט מיט חומרים פון די וועלט, לטובתו ולהנאתו.
קען דען זיין אז די איינציגסטע ישועה איז צו ווערן א דומם?

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:47 pm
דורך שמעקעדיג
מען דארף זיך אויסלערנען צו "ענדזשויען די מאמענט", ד.ה. פרובירן הנאה האבן פון די יעצטיגע מינוט.

צ.ב.ש. א גאנצע וואך ווען איך ארבעט שווער, ווייס איך אז אט אט קומט שבת, בא שבת בא מנוחה, איך גיי עסן א פיינע סעודה גוטע קריספי בארכעס מיט פיינע פיש א.א.וו. למעשה ווען איך זיץ שוין ענדליך ביים שבת טיש, בני כשתילי זיתים סביב לשלחני, און איך טונק איין די פרישע חלה אין די דיפס... ענדזשוי איך דען דעם מאמענט? אדער איך בין ביזי טראכטן אז איך בין מיד, און כאב נאך באלד א זכר, און אז מושי ביהעיווט נישט, און די סאדע האט זיך אויסגעגאסן, עס איז צו הייס... און ווען די סעודה ענדיגט זיך וואונדערט מען זיך אויף וואס האט מען געווארט א גאנצע וואך?

דער אמת איז אז אפילו במשך די וואך ווען מען ארבעט שווער קען מען ענזשויען די וועטער, אדער א גוטן שמועס, אלץ איז פאראן גוטע חלקים צו ענדזשויען.

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:55 pm
דורך נולד מאוחר
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:קען דען זיין אז די איינציגסטע ישועה איז צו ווערן א דומם?

האבן מיר דען די ברירה? קענען מיר ווערן בבחינת דומם?

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:01 pm
דורך איך אויך
שמעקי ידידי וואטס ראנג וויט יו? ביסט געפארען אויף וואקאציע און אנשטאט זיך אנשעפען פרישע כוחות ביסטו צוריקגעקומען באבלאזן?

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:43 pm
דורך הקטן
עוסק זיין fully אין די "יעצט" גרייט דיך דער בעסטע צו פאר די "באלד"

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 12:21 am
דורך נולד מאוחר
וואסעפעס?

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 12:40 pm
דורך הקטן
א בעסער דו "יעצט" וועט זיין א בעסערע דו "באלד" (געוונדליך)

ווען איינער איז דארט fully ביי וואס ער טוט און פליט נישט און autopilot טוט זאכן מער קאנסטראקטיו אין מיט מער ישוב הדעת

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 12:54 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
נולד מאוחר האט געשריבן:
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:קען דען זיין אז די איינציגסטע ישועה איז צו ווערן א דומם?

האבן מיר דען די ברירה? קענען מיר ווערן בבחינת דומם?


אפשר קען מען נישט בפועל ווערן א דומם, אבער מען קען זיך טועה זיין און מיינען אז דאס איז די goal.

שאיפה למנוחה, און שמחה בחלקו איז אין א געוויסע וועג געמאכט א goal צו זיין א דומם.

עס איז דא א ניגון אין איינע פון די 'לחיים' טעיפס דאכט זיך, וועגן עפעס אן אייזיק די פישכאפער. די שפיץ נקודה איז אז ער זיצט א האלבע טאג ראויג במנוחה און כאפט פיש, און דאס איז גענוי וואס דער עושר וואס שטופט אים צו גיין ארבעטען פלאנט אנצוקןמען נאך זיין גאנצע הארעוואניע און עשירות. זיצען א האלבע טאג און כאפן פיש.
אט זעהסטו ווי שטארק מען איז מחשיב גארנישט צו טוהן און זיין א דומם.

איך האב יעצט געזעהן א פליג רוהען אויף א פלאץ. איך האב געשפירט אז לעבן איז ווען ער פארארבעט מעשים, נישט ווען ער רירט זיך נישט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:13 pm
דורך הקטן
סתם נייגעריג, ווער ווייסט, אינדשויעט א דומם זיין מנוחה? איז ער א שמח בחלקו

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 5:01 pm
דורך נולד מאוחר
ניין. הנאה פון וואס די רעדטס קומט דאך פון awareness און consciousness

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 6:50 pm
דורך הקטן
נא, איז נישט awareness און consciousness א פארם פין תנועה ההפך ממנוחה?
די פארעדאקס עס איז נישט שייך הנאה פין מנחה אויב נישט ס'איז דא עטוואס תנועה