גענעטיש מאדיפיצירטע געוויקסען (GMO)
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
גענעטיש מאדיפיצירטע געוויקסען (GMO)
וואס GMO איז א א סוגיא פאר זיך, ס'איז א טעמע פין קאנטערווערסיע אין די לעצטערע יארען,
ארענטליכע שטודיעס אויף מייז האבען געוויזען דורעך די יארען אז די גענעטישע מאדיפיצירטע געוויקסען (למשל נעמען אביסעל DNA פין א שרץ אין עס אריינלייגען אין SOYBEANS, יא ס'קוקו איך ווייס), ברענגט צי שרעקליכע יענע מעשה געוויקסען און אז ס'הארגעט אפ די ריפראדאקטיוו ארגאנען, די דריטער דור פין מייז וואס האבען עס געגעסען האבען שוין נישט געקענט האבען קיין קינדער,
אבער לעצטענס האט זיף געטוהן א גרויסע סומאטוכע טישען אויף בענק, אז מען זאל חאטשיג דארפען שרייבען אויפען לעבל פין א פרודוקט וואס אנהאלט GMO אינרידיענטס, אז די דאזיגע פרודוקט פארמאגט GMO, און אין אייראפע איז עס טאקע אזוי ,
ס'האט געטוהן וועגען דעם אין אסאך סטעיט'ס, אין קאלירפאניע האט זיך געטוהן וועגען די אזוי געריפענע "פראפאזישען 37" וואס וויילער האבען געדארפט וועלען צי זיי ווילען אז מען זאל דארפען לעבלען GMO,
אבער דאן האבען די גרויסע קארפארעישענס גענומען גיסען מיליאנען און אנגעהויבען מיט א מעכטיגע מיסאינפארמאציע קאמפיין צי טוישען דעם דעת הקהל אין קאליפארניא, זיי האבען ארויס געלייגט אינפארמאציע אז דאס וועט קלאמפיש הייבען די פרייזען פין עסען, אויך האבען זיי ארום געשיקט פאלטשע אפיציעלע צעטליך פין די FDA אז GMO איז בכלל נישט קיין פראבלעם.....
צי די אנטוישונג פין די פרייע וועלט איז דער "פראפאזישען 37" ליידער דארעכגעפאלען,
אבער אין דיצעמבער האט דער קאנעטיקוט גאווערנער דעננעל מעלאוי געסיינט די ערשטע GMO לעבלינג ביל אין די יונייטעד סטעיטס, אבער אינעם ביל שטייט אז עס גייט אריין אין עפעקט נאר טאמער נאך 4 ארומיגע סטעיט שרייבען אויך אונטער ענדליכע ביל'ס......,
אבער וואס האט מיר געברענגט צי שרייבען יעצט דעם ארטיקעל, איז ווייל ס'איז אריין געקומען די מאסיווע נייעס אז רוסלאנד גרייט זיך פולקאם צי אסערען GMO, אין גאנץ רוסלאנד, נישט אז מען זאל דארפען שרייבען אויעפען לעבל, נאר ס'וועט זיין אסור עס צי פלאנצען אין גאנץ רוסלאנד,
[נאכדעם וואס רוסלאנד האט אויך לעצטענס געלייגט א איסור אויף משכב זכר פראפעגאנדע אין איז פאר דעם קריטיקירט געווארען דורעך די זינדיגע מערב וועלט, אין יעצט לייגען זיי א איסור אויף GMO, אפשער איז צייט צי מופען אויף רוסלאנד......]
עכ"פ צירוק צי GMO, פאר ווער ס'וויל וויסען: ס'איז היינט דא בעיקר א פאר GMO פלאנצונגען אבער ס'איז זייער פארשפרייט אין אינגרידיענטס וואס מאכט עס שווער זיך צי אפהיטען דערפין,
די ערשטע איז "קארען", 98% קארען אין אמעריקא איז GMO, אין דאס מיינט אלע אינגרידיענטס וואס איז געמאכט פין קארען וואס דאס ווערט געניצט אין אומצאליגע גראסערי אייטעמס, טיפ: היי פראקטעס קארען סיראפ, קארען סיראפ, אין נאך אסאך אינגרידיענטס וואס האט נישט די ווארט קארען אין איר,
2)רעיפ סיד, וואס דאס איז קענאולע, וואס דערפין מאכט מען די קענאולע אויל, וואס דאס ניצט רוב עולם און אזוי אויך קעטערינגס און רעסטאראנטס, ווייל ס'איז די ביליגסטע,
3( soy, אויך איבער 90% GMO וואס דאס ווערט אויך געניצט אין אסאך אינגרידיענטס, למשל לעסיטין וואס מען לייגט אין טשאקאלעד קומט נארמאל פין SOY, אין אזוי אויך SOY אויל וואס ווערט אסאך באניצט דורעך קאמפאניס וואס מאכען די גראסערי אייטעמס,
א גוטע וואך, פאר אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם,

איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
ר' חזקיהו טייערער, איך וואלט זייער געקענט באשטיין אז אויב מעגליך זאלסטו איבערלאזן science פאר די scientists און געבן זיי א זכות קדימה צי זאגן זייער מיינונג. GMF וכל המסתעף איז א טעמע וואס ווערט שוין טיף געפארשט פאר 25 יאר, און די עליטע אין די US, די EU, און די WHO האבן נישט געטראפן קיין שום סבה אין קרוב צו "טויזענט" studies צי זאגן אז די מאדערענע engineered breeds זאל זיין עטוואס ווייניגער געזונט ווי די conventional breeds (דאס ווייסטו אז 'אלע' עסנווארג היינט איז שוין געווארן, במשך טויזענטער יארן, genetically modified אויפן פרימעטיווען מהלך, איא?) און די גאנצע קאפדרייעניש פארלאנג פאר labeling האט קיין שום פארבונד מיט וויסענשאפט
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
כעלעמער, דיין תגובה פארקויפט גארנישט נאר ליידיגע רעטאריק, טויזענטער סטאדיס...... ס'האט גארנישט מיט סייענס.... מיט א בארג לינקס וואס די האסט געגוגל'ט.......
ווערט נישט באליידיגט אבער ס'זעהט אויס אז די ווייסט נישט בחייכון צי זאגען וועגען GMO, אין בפרט ווען די גלייכסט עס נאך צי צו נאטורליכע הייברידס, אין די צייט וואס עס איז גאר גאר א צווייטער מציאות,
ווילסט שטיצען GMO, דאן ווארף נישט א בארג לינקס נאר שרייב אן ארטיקעל אין צינעם די נושא, פארשטאנטא, קום נישט אטאקירען מיט נאנסענס......
ווערט נישט באליידיגט אבער ס'זעהט אויס אז די ווייסט נישט בחייכון צי זאגען וועגען GMO, אין בפרט ווען די גלייכסט עס נאך צי צו נאטורליכע הייברידס, אין די צייט וואס עס איז גאר גאר א צווייטער מציאות,
ווילסט שטיצען GMO, דאן ווארף נישט א בארג לינקס נאר שרייב אן ארטיקעל אין צינעם די נושא, פארשטאנטא, קום נישט אטאקירען מיט נאנסענס......
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
חזקיהו המלך האט גונז געווען דעם ספר הרפואות און די חכמים האבן אים דערפאר אויסגעלויבט אבער עס שיינט אז ער אליינס קען זיך נישט צוריקהאלטן פון אריינבליקן דערין און דעריבער איז ער סטאק מיט די רפואות פון 3000 יאר צוריק.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
א) נישט 'טויזענטער' נאר "קרוב צו טויזענט" (כ'שרייב נישט קיין פונקטליכע מספר ווייל א קליינע טייל studies זענען נאך 'אפען' און עם כל זה איז שוין לאנג דא א consilient conclusion)
ב) איך ווארף נישט קיין הוילע links, סך הכל צייג איך אן אז די גרעסטע און פארגעשריטענסטע health organizations זעהן נישט קיין שום סבה וואס צי זיין באזארגט איבער GMF, און באזירט דווקא 'נאר' אויף conventional science
ג) וואס מיינט א 'נאטורליכע' hybrid?? איינמאל ס'איז א hybrid איז עס שוין נישט מער נאטורליך ווי די היינטיגע
(אויף דאס איבריגע... קען איך נישט מעיר זיין.....)

-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
ער האקט אין טשייניק.
ווען נישט דער חכמה וואלטען ביליאנען מענטשען געשטארבען פאר הונגער, די אלע מקומות אויף דער וועלט ווי עס איז נישט געווקסען גארנישט, געוועהן א מדבר שממה, האט מען אנגעהויבען פלאנצען מאדיפיקירטע ווייץ און אנדערע זאכען, וואס זענען געעועהן מאדיפיקירט עס זאל קענען וואקסען אהן קיין סאך וואסער וכו', און אזוי ארום האבען די מקומות וואס מענטשען האבען נישט געקענט דארט לעבען פאר צו לאנגצוליב נישטההאבען קיין עסען, נתרבה געווארען לאין ערך.
ווי אויך אנדערע מעלות, כמעט נישטא היינט קיין עסען וואס איז נישט געטוישט אנגעהויבען פין טאמאטעס, און גענדיגט ביי עופות, און ב"ה אונז האבען קינדער אזוי ווי און מער ווי אמאהל, א דאנק די ריבוי פין עסען און דער ריבוי פין אימיונעזעישאן שטארבען היינט נישט קיין קינדער כמעט. אמאהל האט יעדעס משפחה געהאט צוויי דריי קינדער וואס זענען ל"ע געשטארבען.
און טאקע רוסלאנד וואס האט זיך נישט ווי אנצוכאפען, רעדען זיי איין זייערע מענטשען וואס פארע מזל זיי האבען נישט צו זיין אין דער צודרייטע אמעריקא, ווייל דארט גיבט מען דאך צו עסען מאכלים וואס הרג'ט פשוט די באפעלקערונג. איבער דעם זענען אין אמעריקא דא דריי הונדרעט מיליאן מענטשען, און רוסלאנד נישט קיין זעקסטעל.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
איחוד,
די רעדסט פין נאטורליכע הייבריד'ס, נישט פין סייענטיפישע גענעטישע מאדיפיקאציע, ס'איז הימל אין ערד,
נאטורליכע הייבריד'ס איז למשל מען איז מרכוב פארשידענע סארט ווייץ כדי צי מאכען עס זאל האבען פארשידענע אייגענשאפטען, ווי דארפען ווייניגער וואסער א.ד.ג.
גענעטישע מאדיפיקאציע איז א מען שיסט אריין מיט טעכנאלאגיע, פארשידענע DNA, אין די DNA פין א ספעציפישע זרע, למשל DNA פין א שרץ אריינגעלייגט אין SOY , א זאך וואס נאטורליך וואלט זיך עס קיינמאל נישט צאמגעקומען,
די זעלבע ביי עופות איז דא צוויי סארט מורכבים, ס'דא נאטורליכע, אין ס'דא גענעטיש מאדיפיקאציע, ס'איז צוויי וועלטען, און ביי עופות איז די גענעטיש מאדיפיצירטע נאך בכלל נישט אויפען מארקעט, אין לאמיר האפען אז ס'גייט קיינמאל נישט זיין,
ביי גענעטישע מאדיפיצירטע סעלמאן, האט זיך לעצטענס געטוהן צי די FDA גייט עס אפראווען, למעשה ווייס איך נישט וואס ס'איז געווארען וועגען דעם,
אין די גרעסטע וויץ איז נאך אז אין די קאפעטיריע פין מאנסענטא, איינע פין די גרויסע GM קאמפעניס, אין די קאפעטיריע דארט נעמט מען נישט אריין קיין GM עסען, די סייענטיסטען וואס ארבעטען דארט ווילען עס נישט עסען. זעהט אויס זיי ווייסען אביסעל מער.

חזקיהו המלך האט געשריבן:אין די גרעסטע וויץ איז נאך אז אין די קאפעטיריע פין מאנסענטא, איינע פין די גרויסע GM קאמפעניס, אין די קאפעטיריע דארט נעמט מען נישט אריין קיין GM עסען, די סייענטיסטען וואס ארבעטען דארט ווילען עס נישט עסען. זעהט אויס זיי ווייסען אביסעל מער.
דו טרייבסט ליצנות? אין די לינק שטייט דארט אז
[left]Monsanto confirms the authenticity of the notice, but company spokesman Tony Coombes says the only reason for the GM-free foods is because the company “believes in choice.” Coombes says in other Monsanto locations employees are happy to eat GM foods because they are “sprayed with fewer chemicals.”[/left]
און בכלל, ווער האט געמאכט די decision וואס צו געבן צו עסן אין די רעסטוראנט, די חוקרים וואס עסן דארט אדער די קעכערין וואס וויל געפעלן פאר די (עפי"ר) פשוט'ע ארבייטערס?
די אנדערע השערות דיינע ווייזט (במחכ"ת) אז דו האסט נישט גענומען די מיה א שנעלע בליק צו געבן אויף אפילו איינע פון די מראה מקומות אין מיין פריערדיגע תגובה, זיי באציען זיך בפירוש מלא צו genetically modified food
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:ער האקט אין טשייניק.
און טאקע רוסלאנד וואס האט זיך נישט ווי אנצוכאפען, רעדען זיי איין זייערע מענטשען וואס פארע מזל זיי האבען נישט צו זיין אין דער צודרייטע אמעריקא, ווייל דארט גיבט מען דאך צו עסען מאכלים וואס הרג'ט פשוט די באפעלקערונג. איבער דעם זענען אין אמעריקא דא דריי הונדרעט מיליאן מענטשען, און רוסלאנד נישט קיין זעקסטעל.
אין רוסלאנד וואוינען בערך א דריטל און אהאלב פון די אמעריקאנער באפעלקערונג, (120-130 מיליאן, לויט וויאזוי עס ליגט מיר אין קאפ)
ער רעדט פון גענעטיש מאדיפיצירט, וואו מען איזאלירט א ספעציפישע גענע זאל עס זיין אין א בעסערע סארט פון דעם זעלבן פלאנץ, אין אן אנדערע פלאנץ, אדער אין א לעבעדיגע 'באשעפעניש' און דעם ווערטפולע גענע שיסט מען אריין אים דעם געוואוקס וואס מען וויל מאדעפיצירן און אזוי ווערט דער געוואוקס מאדעפיצירט, (איך כאפ נאך נישט וויאזוי דאס ארבעט, אז מען שיסט אריין א פרעמדע גענע גייט די פלאנץ נישט אויסשפייען די אינוואדירער נאר פארמערן? אבער אזוי ארבעט עס)
מיר שטערט א צווייטע זאך פון ג.מ.א. נעמליך אז די פראדוצירער פון די מאדיפיצירטע ארגאניזם האט די קאפירייט רעכטן פון דעם מאדיפיצירטן פלאנץ, די פארמער ווערט א קנעכט צום פירמע, אנשטאט וואס ביז איצט האט די פלאנצער געהאדעוועט אויף זיין פעלד, פארקויפט רוב פון די וואוקס און געהאלטן א קליין פראצענט פאר קומענדע יאר, איז ער יעצט משועבד צום גרויסן קאמפאני, ער מעג נישט איינפלאנצן די קארן וואס ער האט אליין גאוואקסן פאראיאר, ער ווערט ווי א געדונגענע ארבייטער פאר ג.מ.א. פירמע,
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
חזקיהו המלך האט געשריבן:ארענטליכע שטודיעס אויף מייז האבען געוויזען דורעך די יארען אז די גענעטישע מאדיפיצירטע געוויקסען (למשל נעמען אביסעל DNA פין א שרץ אין עס אריינלייגען אין SOYBEANS, יא ס'קוקו איך ווייס), ברענגט צי שרעקליכע יענע מעשה געוויקסען און אז ס'הארגעט אפ די ריפראדאקטיוו ארגאנען, די דריטער דור פין מייז וואס האבען עס געגעסען האבען שוין נישט געקענט האבען קיין קינדער,
זיי מוחל און צייג אן ווי מ'קען זען אדער ליינען איבער לכה"פ איינס פון די ארענטליכע שטודיעס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
יידל האט געשריבן:זיי מוחל און צייג אן ווי מ'קען זען אדער ליינען איבער לכה"פ איינס פון די ארענטליכע שטודיעס.
דא
?Why are GMOs Bad
(זייט נישט באזארגט, ס'איז נישט דאס וואס קוקט אויס פונעם קעפל)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=sH4bi60alZU[/youtube]