בלאט 1 פון 1
לקח'נען האטעל אייטעמס. (עלטערע פרוי אויפ'ן ראדיא)
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 2:08 am
דורך זר זהב
Z100 ראדיא סטאנציע מאכט א פאון טעפ אויף א אידישע באבע, איר טאכטער העלפט ארויס. זיי זאגן איר אז זיי קאלן פון הילטאן האטעל און זיי מוזן קענסלען איר רעזערוועישענס ווייל זי גנב'ט האנטעכער! נאכדעים איז זי שוין מודה אין אידיש פאר איר טאכטער אז זי האט יא גענומען...
אינמיטן די "גרילינג" געט זי א זאג "אוי רבונו של עולם" צו וואס דער ראדיא מענטש רופט זיך אן "העי, וואטש יור מאוט"... מיינענדיג אז זי שעלט עפעס דארט.
פליז לאזן דאס פאר א באזונדערע אשכול, אפשר קען מען דא דיקאסן וועגן נעמען זאכן פון האטעלן.
http://www.youtube.com/watch?v=ySZmqTIE ... edirect=1#!
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 4:52 am
דורך שמואל הלוי
אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו מיט דעם איד וואס האט ערלעדיגט א ביליגע פרייז (פון 75-70 פאר 24 שעה) מיט א האטעל אין סאראטאגע ניו יארק, וואס איז פונקט אינמיטן וועג צווישן ניו יארק און קאנאדא, זאגט דער איד בתוך הדברים אז די חברה פונעם האטעל האבן אים שוין עטליכע מאל גערופן וועגן אידן וואס ליידיגן אויס שטיבער, דהיינו זיי נעמען מיט קישענעס און דאכענעס און האנטוכער וכדו'...
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 4:53 am
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:אפשר קען מען דא דיסקאסן וועגן נעמען זאכן פון האטעלן.
אויב אזוי דארפסטו טוישן קעפל.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 8:06 am
דורך ידען
שמואל הלוי האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:אפשר קען מען דא דיסקאסן וועגן נעמען זאכן פון האטעלן.
אויב אזוי דארפסטו טוישן קעפל.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 9:59 am
דורך חד גדיא
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 10:47 am
דורך גדעון
סאיז דא נאך א שמועס פון די זעלבע סטאנציע ווי א אידיש מיידל זאגט פאר אירע עלטערן אז זי איז צוזאמען מיט א איטאליענע גוי, דער טאטע אירע האט כמעט געכאפט א הארץ אטאקע אויפן פלאץ
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 11:01 am
דורך זר זהב
שמואל הלוי האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:אפשר קען מען דא דיסקאסן וועגן נעמען זאכן פון האטעלן.
אויב אזוי דארפסטו טוישן קעפל.
מ'וועט עס טוישן ווען (אויב) די שמועס וועט זיין העפטיגער.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 11:20 am
דורך ידען
נעמען זאכן פון האטעלן איז נישט א אידישע זאך, עס איז א פראבלעם פאר די האטעל industry איבעראל, אויך אין שטעט וואס סע קומען נישט קיין אידן בכלל.
For some odd reason האט מען גענומען אידן אויפן צימבעל און מע מאכט כסדר חוזק פון אידישע קארגשאפט און גניבה, און דער jackie mason אליינס א איד וואס קען גוט אידיש איז כמעט אלע זיינע jokes וועגן די אידישע קארגשאפט.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 11:49 am
דורך פראפעסאר שפירא
די גאנצע זאך קוקט אויס ווי א שפיל, נישט קיין עכטע זאך, דער באבע קוקט מיר אויס שפילט אויך איר חלק, ס'קוקט אויס ציגעגרייט פין פארדעם, כ'גלייב נישט אז ס'עכט,
אין טוישען קפעל איז א גוטע עצה, צי וויסען פין וואס די אשכול רעדט,
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 11:50 am
דורך זר זהב
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:די גאנצע זאך קוקט אויס ווי א שפיל, נישט קיין עכטע זאך, דער באבע קוקט מיר אויס שפילט אויך איר חלק, ס'קוקט אויס ציגעגרייט פין פארדעם, כ'גלייב נישט אז ס'עכט,
אין טוישען קפעל איז א גוטע עצה, צי וויסען פין וואס די אשכול רעדט,
געטראכט די זעלבע מערערע מאל, זיי מאכן אזאנע פאון טעפס יעדן טאג, און אסאך קוקן אויס פאלש.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 11:53 am
דורך זר זהב
געטוישט קעפל.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 11:54 am
דורך שמואל הלוי
יישר כח פארן קעפל טויש.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 12:01 pm
דורך שמעלקא
סיז ביטער-זיס צו הערן, אבער אויב איז עס ריכטיג איז א שאנדע פאר א טאכטער צו טון אזוינס פאר א מאמע.
נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2012 11:02 pm
דורך איך אויך
ידען האט געשריבן:נעמען זאכן פון האטעלן איז נישט א אידישע זאך, עס איז א פראבלעם פאר די האטעל industry איבעראל, אויך אין שטעט וואס סע קומען נישט קיין אידן בכלל.
For some odd reason האט מען גענומען אידן אויפן צימבעל און מע מאכט כסדר חוזק פון אידישע קארגשאפט און גניבה, און דער jackie mason אליינס א איד וואס קען גוט אידיש איז כמעט אלע זיינע jokes וועגן די אידישע קארגשאפט.
נישט אינגאנצן אזוי, די איזרעליס זענען וואויל באקאנט אין די וועלט מיט זייער ליבשאפט אויסצוליייגען האטעל צימערן (בנוסף צן וואנדאליזם) און אסאך האטעלס ווילען דערפאר נישט אננעמען איזרעלי געסט.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 12:34 am
דורך דבילה
זר זהב האט געשריבן:Z100 ראדיא סטאנציע מאכט א פאון טעפ אויף א אידישע באבע, איר טאכטער העלפט ארויס. זיי זאגן איר אז זיי קאלן פון הילטאן האטעל און זיי מוזן קענסלען איר רעזערוועישענס ווייל זי גנב'ט האנטעכער! נאכדעים איז זי שוין מודה אין אידיש פאר איר טאכטער אז זי האט יא גענומען...
אינמיטן די "גרילינג" געט זי א זאג "אוי רבונו של עולם" צו וואס דער ראדיא מענטש רופט זיך אן "העי, וואטש יור מאוט"... מיינענדיג אז זי שעלט עפעס דארט.
פליז לאזן דאס פאר א באזונדערע אשכול, אפשר קען מען דא דיקאסן וועגן נעמען זאכן פון האטעלן.
http://www.youtube.com/watch?v=ySZmqTIE ... edirect=1#!
דער קליפ איז אן אלטע מעשה. אינטרעסאנט פארוואס גרונטיג האט דאס פונקט יעצט ארויפגעלאדענט אויף יוטוב.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 9:11 am
דורך ידען
קול מבשר האט א אינטערוויו מיט איינעם וואס האט געמאכט א דיעל מיט א האטעל אינמיטן וועג פון ניו יארק צו קענעדע פאר גאר ביליגע פרייזן און אינמיטן האט ער איבערגעגעבן פון די האטעל אז שוין געווען עטליכע מאל וואס מען האט אויסגעליידיגט דעם צימער... און זיי בעטן אז מע זאל אכטונג געבן.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 10:12 am
דורך יידל
ידען האט געשריבן:קול מבשר האט א אינטערוויו מיט איינעם וואס האט געמאכט א דיעל מיט א האטעל אינמיטן וועג פון ניו יארק צו קענעדע פאר גאר ביליגע פרייזן און אינמיטן האט ער איבערגעגעבן פון די האטעל אז שוין געווען עטליכע מאל וואס מען האט אויסגעליידיגט דעם צימער... און זיי בעטן אז מע זאל אכטונג געבן.
שמואל הלוי האט דאס שוין דערמאנט אין דעם דריטען תגובה אין די אשכול.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 10:48 am
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו מיט דעם איד וואס האט ערלעדיגט א ביליגע פרייז (פון 75-70 פאר 24 שעה) מיט א האטעל אין סאראטאגע ניו יארק, וואס איז פונקט אינמיטן וועג צווישן ניו יארק און קאנאדא, זאגט דער איד בתוך הדברים אז די חברה פונעם האטעל האבן אים שוין עטליכע מאל גערופן וועגן אידן וואס ליידיגן אויס שטיבער, דהיינו זיי נעמען מיט קישענעס און דאכענעס און האנטוכער וכדו'...
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:08 am
דורך ידען
אוי וויי...
מע דארף טאקע לייענען פאר מע שרייבט

כאב געלייענט צו שנעל i guess
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:11 am
דורך איך אויך
ידען האט געשריבן:אוי וויי...
מע דארף טאקע לייענען פאר מע שרייבט

כאב געלייענט צו שנעל i guess
נעוואדען?
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 1:42 pm
דורך smart
געהערט דעם קליפ - זייער זייער זיס
איך שטים צו צום עולם דא אז עס איז אפגעשמועסט פון פריער ווייל נאכן זיך שווערן אזוי פיעל מאל אז זי האט גארנישט גענומען פון איין מינוט אויפן צווייטען איז זי מודה, בכלל איז די ענדע נאכן אויסגעפונען זייער נישט עכט
כן נראה לעניית דעתי הקטן