עול אראפ פון קאפ, tzetelmaker.com

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 286 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

עול אראפ פון קאפ, tzetelmaker.com

שליחה דורך outspoken »

האט איר שוין געהאט, איר געבוירט א מיידעלע בשטו''מ ליל שישי נאך חצות, מ'לויפט פרייטאג צופרי צום שמש ער זאל צו שטעלען א קידוש, דערנאך קאלט מען דבר יום און גוט מארגען זיי זאלען אריינלייגען ביי די קדישים, דערנאך ווילט איר ארויסלייגען א צעטל אבער איר קענט נישט קיין נוסח, מ'קאלט די שוואגער אין ארבייט איז ער אין א מיטינג, די חבר וואס האט געמאכט א קידוש פאריגע וואך האט שוין נישט קיין קאפי, איר נעמט ארויס א טעלעפאן בוך קאלט אן א גרעפיגער זאגט ער, ער טוט דאס נישט און איז זייער פארנומען אבער לכבוד א אידישע שמחה וועט ער זיך אנשטרענען איר וועט דאס האבען ביז א שעה פאר א נישטיגע $75, ווען איר באקומט דאס, באמערקט איר, אז די נאמען און ביהמ''ד האט ער געטוישט אבער די וואך האט ער איבערגעלאזט די לעצטע פרשה, בלית ברירה פוקסט איר עס צו מיט א פען, און לויפט עס מיט די לעצטע כוחות אויפהענגען אין אפאר בתי מדרשים, און כאפט אריין א טבילה(און פארשטייט זיך פארגעסען פערזענדליך צו רופען די שווער וואס ער וועט דאס קיינמאל נישט מוחל זיין).

איז איינער אויפגעקומען מיט א בייפאל(כ'ווייס נישט ווער) tzetelmaker.com איר דארפט נישט צוקומען צו קיינעמס טובות פאר $20 האט איר א פערטיגע צעטעל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום outspoken, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר