book smart vs common sense

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 851 מאל

book smart vs common sense

שליחה דורך מצטמק ויפה »

אין אונזער טאג טעגליכע סדר היום, טרעפן מיר זיך כסדר אן אין א געוואלד פון סארט מענטשען, אין בית המדרש, אין די גאס, אין די ארבעט-כולל, און אזוי ווייטער.
טייל זענען אונז זייער באקוועם צו זיין אין זייער געזעלשאפט און טייל פארקערט, אבער עולם כמנהגו נוהג , און מען האט פון אלע מינים , טייל וואס קריכען אונז אויף די נאז, און טייל פארקערט .
אבער איך וויל זיך דא באציען צו איין סארט מענטש, וואס איך בין זיכער אז עס זענען פאַרהאַן אזעלכע ביי אונז דא אין שטיבל , און אויב נישט ממש, דאן טרעפט מען זיך זיכער א צוויי דריי מאל א טאג מיט אזעלכע .
דער מענטש פון וואס איך רעד איז איינער וואס זיין קלוגשאפט באשטייט פון book smart, דאס הייסט ער איז זייער שארף און קליג פון איין זייט, אבער פון די אנדערע זייט האט ער נישט קיין טראפ 'קאמען סענס' .
יעצט לאמיר עס צולייגען בערך ווי אזוי ער קוקט אויס, ער איז זייער קלוג מיט גאר אסאך ידיעות , אמאל וועלטליכע און אמאל תורה'דיג, ער האט א גוטן קאפ, א שאַרפע מוח, כאפט שנעל אויף א זאך, פארשטייט א נושא אינסייט אויט , וכו' וכו'
אבער די רגע ווען ער קומט און באניץ מיט מענטשען, אָפסס, דא האט ער א בלאַק, און ער וועט נישט וויסען די אלף בית ווי אזוי מען גייט זיך אום מיט מענטשען, דהיינו ; ער וועט זיך נעמען זאגען זאכ'ן וואס קומט נישט צו זאגן ברבים, ער טראכט נישט קיין צוויי פאר ער זאגט עפעס ארויס פון מויל, געווענטליך וועט ער רעדן פון מודה אני ביז המפיל אן אפשטעל, מען דארף נישט עפענען א אויער צו הערן וואס ער האט צו זאגן, ווייל ער רעדט ברוך השם גענוג הויך, און וכו' וכו'.

איז פאר מען גייט ווייטער לאמיר אראפלייגען אפאר פאקטען להבהיר הענין. ( געדענקט און יעדען כּלל איז דא א אויסנאם)
א) דער וואס איז גאר שטאַרק אין book smart, איז זייער שוואך אין 'קאמען סענס', אזוי ווי עס איז ידוע אז איינשטיין איז געווען א פאריקטע בריאה ציווישען מענטשען, און מען קען עס זען היינט אז די אלע וואס קענען ש"ס אויפן לשון, זענען נישט צום דבר צו אנדערע זאכן, און דאס דארף נישט נאך ריאות ווייל יעדער קען דאס אליין זען.
ב) דער וואס איז book smart האלט אז ער האט אויך 'קאמען סענס', משא"כ דער וואס האט 'קאמען סענס ' ווייסט אז ער איז נישט book smart.

יעצט, וויל איך פארשטיין, וואס גייט דא פאר? ווי האט ער זיך אפגעשטעלט? דאס איז דאַך כולי עלמא מודה אַז ער איז קלוג, נו פארוואס שטעלט זיך זיין קלוגשאפט אפ ווען ער קומט ציווישען מענטשען? פארוואס פארשטייט ער נישט אַז דאס און דאס דאַרף ער נישט זאגן? עס איז נישט אז ער האט איין געוויסע נושא ווי ער איז קלוג, וואס דאן קען איך הערן, אז ער האט פארשטאנד און די געוויסע ענין, אבער מען רעדט דאך פון איינעם וואס איז גאר קלוג אין גאר א ברייטען פעלד, נו וואס גייט דא פאר? און אפילו וועסט מיך מסביר זיין אז יא, מען קען טיילען די צווי זאכען, און עס איז נישט תלוי הא בהא, אבער פארוואס דארף די צוויי זיין א סתירה? אזוי ווי פריער דערמאנט.

א שטיקעל חילוק פון די צוויי קלוגשאפטען איז אזוי, (און אפשר וועט דאס זיין א שטיקעל תירוץ אויף אונזער קשיא) א קלוגשאפט וואס איינער האט מכח book smart, לאמיר געבן א משל, מאטעמאטיק, יעצט איינער וואס איז book smart איז געווענדליך זייער גוט אין מאטעמאטיק, אבער די אמת איז אז יעדער קען זיך דאס אויסלערנען, אויב וויל ער, אין הכא נמי עס וועט איהם נעמען זייער לאנג, אבער מ'קען, און אזוי איז בעצם יעדע חכמה וואס איינער פארמאגט מכח ווייל ער איז book smart,
משא"כ ווען עס קומט צו 'קאמען סענס' דא קענסטו נישט אויסלערנען פאר איינער וואס האט דאס נישט, און די סיבה דערצו איז זייער פשוט, ווייל 'קאמען סענס' האט נישט קיין ראָלס, דאס טו יא און דאס נישט, עס ווענד זיך אלעס לויטן מצב און די ארום, ממילא קען מען נישט זאג'ן פאר איינעם פארדעם, " אקעי יעצט וואק אזוי, און זאג דאס, און זאג נישט דאס, און ווען יענער וועט דיך פרעגען דאס, זאלסטו ענטפערען יענטס, " ניין, ווייל עס גייט נישט אזוי, מ'קען אזא זאך נישט אויסלערנען, נאר מען דארף געבוירען ווערן מיט א חוש צו פארשטיין צו דעם.
איז פון דעם זעט מען, אז עס איז דא א שטארקע נפקא מינה פון די צוויי קלוגשאפטען, און איינער וואס פארמאגט איינס, מוז נישט האבן די צווייטע.
אבער למעשה בלייבט אונז נאך אלס שווער פארוואס איז דאס געווענדליך א סתירה?

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר