בלאט 1 פון 1

'ענגרי בירדס' גרייכט ביליאן דאנלאודס

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 11:49 am
דורך שמעלקא
איך ווייס נישט צו דאס איז א נייעס אדער סתם א קאפ פארדרייעניש אבער א פאקט איז עס.

די פאפולערע שפיל ענגרי בירדס וואס איז ארויס געקומען אין 2009 אריגינעל בלויז פאר עפעל פאנס איז שוין געווארן אראפ געלאדענט איבער א ביליאן מאל!

קענט איר זיך פארשטעלן וויפיל צייט פארשווענדעריי איז אוועק געגעבן געווארן פאר דעם איינעם געים?

סארי איך מיין צו זאגן וויפיל מוחות זענען געווארן אויסגעריט צו קענען דינען דעם באשעפער מיט א רואיג געמיט.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 2:46 pm
דורך יידל
בילד

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 3:29 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב אפאר מאל געשפילט די געים און איך זעה נישט די גדילה!! אין מיינע אויגן איז מעריא פון געים בוי טויזענט מאל אונטערסאנטער.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 4:06 pm
דורך אוי טאטי
שפיל עס נאך א פאר מאל וועסטו אנהייבן צי פארשטיין!...

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 5:50 pm
דורך שמעלקא
און בריק-ברעקער אויף בלעקבערי איז יא פארשטענדליך?

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 6:45 pm
דורך גדעון
איך בין געבליבן סטאק ביי די פערטע לעוועל, די ארימע פויגלען פאלן נעבעך חמרים חמרים, און באווייזן נישט דורעכצוברעכן די הערמאטיש פארפאנצערטע דברים אחרים,