בלאט 1 פון 1

א כהן גדול מיט א לאנגע בארד - וואו איז געווען דער חשן?

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:52 pm
דורך חקרן
דער חושן איז געלעגן אויף די בריסטן פונעם כהן גדול, והיה על לבו תמיד לזכרון, בפשטות מיינט עס אז מען האט עס געדארפט זען, עס איז געווען א תכשיט פארן כהן גדול כנגד הלב און דאס איז געווען מרומז קעגן די שבטי קה.

אצינד שטעלט זיך די פראגע, וואס טוט א כהן גדול מיט א מעכל לעבאוויטש בארד, אדער מיט א נחבי בן וואפסי בארד. אזא בארד באדעקט דאך דעם גאנצן חושן און מען זעט עס נישט. וואלט אפשר געווען א סברה אז מען דארף עס האלטן העכער די בארד, אדער שאדט עס נישט.

און אפשר, נאר אפשר... שא, באשטיינערט מיר נישט, אפשר אין אזא פאל האט זיך דער כהן-גדול געשוירן די בארד, אדער אביסל אונטערגעשטיצט אז מען זאל זען דעם חושן?