בלאט 1 פון 3

מעגן פרויען גיין אין תפילין וציצית?

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:48 pm
דורך הוגה
[justify]לעצטענס טוט זיך א שערורייה איבער אן ארטאדאקסישע מיידל שולע אין נו יארק וואס האט איינגעשטעל אן אפיציעלע פאליסי אז מיידלעך מעגן גיין אנגעטון מיט תפילין בשעת'ן דאווענען. אין די חרדי'שע וועלט האט מען זיך כמעט נישט געקימערט מיט די נייעס צוליב דעם וואס עס איז זיי דערווייל בכלל נישט נוגע. אבער אין די מאדערנ-ארטאדאקסישע וועלט האט זיך געקאכט ווי א קעסל. די מער רעכטע רבנים האבן שטארק פארדאמט די אקט, אבער די מער ליבעראלישע געשטימטע אפענ-ארטעדאקסישע רבנים טענה'ן אז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם דערמיט.

ווען די מעשה איז ארויסגעקומען האב איך מיר באלד געוואונדערט פארוואס טאקע זאל א פרוי נישט מעגן לייגן תפילין? איה"נ אז זיי זענען נישט מחויב, אבער מ"ש תפילין פון שופר אדער לולב אדער עני אנדערע מצוות וואס זיי טוען טראץ דעם וואס זיי זענען נישט מחויב?

די וואך איז ארויסגעקומען א גאר שארפע תשובה פון הרב הערשל שעכטער פון YU איבער דער ענין. בעיקר איז ער מבאר אז היינטיגע טעג איז עס אסור משום דרכי המינים. איך וואונדער מיר אבער וואס איז די סיבה אז פונקט די מצוה פון תפילין וציצית האבן די פרויען גענצליך מזניח געווען מער ווי אנדערע מצוות? לאמיר דא הערן די צד האוסרים און די צד המתירים.

היינט צופרי האט מיר איינער פונקט געשוקט א לינק וואו עס ווערט געברענגט אז די סאטמארער רבי ז"ל'ס ערשטע רעביצן איז געגאנגן מיט ציצית און א גארטל. זעהט מען פון דעם אז כבר היו לעולמים. ואולי יש לחלק צווישן בצנעא און בפרהסיא. לאמיר הערן אלע צדדים.


.[/justify]

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:50 pm
דורך שרייבער
מיט ציצית זענען אסאך פרויען געגאנגען, איך האב געהאט א באבע וואס איז געגאנגען מיט ציצית, א גארטל גייט מיין ווייב אויך אויף איר מאנטל....
תפילין מן הסתם טוט מען נישט אן צוליב גוף נקי וד"ל

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:21 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:אשת רב יהודה איז געגאנגן מיט ציצית.

מיכל בת שאול [עיי"ש בתוס'] און ברוריה אשת ר' מאיר זענען געגאנגן מיט תפילין.

אין תרגום יונתן לייגט ער עס אריין לאיסור אינעם פסוק לא יהי' כלי גבר על אשה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:13 pm
דורך יאיר
דער פסק פון הרב שעכטער אז פרויען טארן נישט אנטון תפילין וויבאלד עס איז א "סימבאל" פון די קאנסערוואטיוון איז גאר ענליך צו דעם טעם פון האדמו"ר מסאטמאר אז מען טאר אויך נישט גיין צום כותל וויבאלד עס איז א סימבאל פון די פרייע ציונים. אדער צו דעם פסק פון דעם בני יששכר אז מען טאר נישט לערנען קיין דקדוק ווייל ס'איז א סימבאל פון די משכילים. אדער צו דעם פסק פון רב יאירא אז מען טאר נישט פארבן מיט די פינף קאלירן וואס זענען א סימבאל פון די געי מאוומענט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:55 pm
דורך מאטי
אינטערעסאנט, פארוואס איז דאס נישט אינעם אכשיר דרא אשכול?

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:56 pm
דורך נולד מאוחר
שרייבער האט געשריבן:תפילין מן הסתם טוט מען נישט אן צוליב גוף נקי וד"ל

איך כאפ נישט די וד''ל. ווען סקומט צי גוף נקי זענען פרויען סאך מער מחמיר ווי מענער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:07 pm
דורך פארוואס?
נולד מאוחר האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:תפילין מן הסתם טוט מען נישט אן צוליב גוף נקי וד"ל

איך כאפ נישט די וד''ל. ווען סקומט צי גוף נקי זענען פרויען סאך מער מחמיר ווי מענער.

אויב איך כאפ יא וואס דו מיינסט. איז עס נאר א תירוץ פאר 5/6 טעג א חודש (אזוי ווי נישט גיין אין בית-הכנסת), און מערסטנס צוויי וואכן, (נאכן צולייגן תקנת רבי און חומרת רבי זירא, כדרכינו בקודש).
און חוץ פון דעם, פון וואו איז דער מקור צאצושטעלן דאס מיט דער ענין פון גוף נקי?!

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:16 pm
דורך נולד מאוחר
[tag]פארוואס?[/tag] כהאב קוים געווארט דיין מאטעמאטישע מוח זאל זיך לאזן הערן אויף נושאים וואס זענען נישט דוקא מעט.
לאמיר הערן די פארמילא אויסצירעכנען אשה + דם נדה = -גוף נקי

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:36 pm
דורך ונבנתה העיר
יעצט זעה איך אז עס איז א בפי' רמ"א.

דער מחבר (או"ח סל"ח ס"ג) שרייבט 'נשים ועבדים פטורים מתפילין מפני שהוא מצות עשה שהזמן גרמא', זאגט דער רמ"א 'ואם הנשים רוצים להחמיר על עצמן מוחין בידם', עיי"ש בט"ז ומג"א.

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:48 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'האב געפרעגט מיין באבע צו זי גייט מיט ציצית, האט זי געזאגט אז זי גייט נישט מיט ד' כנפות כדי נישט צו ווערן מחיוב בדבר. - זי האט צוגעלייגט, אז די מנהג פון פרויען צו גיין מיט רינדיגע בגדים שטאמט פון דעם.
מ'זעהט בחוש אז יעדע לבוש פון די פרויען האט סודי סודות.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 12:04 am
דורך געפילטע פיש
שרייבער האט געשריבן:מיט ציצית זענען אסאך פרויען געגאנגען, איך האב געהאט א באבע וואס איז געגאנגען מיט ציצית, א גארטל גייט מיין ווייב אויך אויף איר מאנטל....
תפילין מן הסתם טוט מען נישט אן צוליב גוף נקי וד"ל

Morethodoxy.org: Tefillin and clean bodies part 1
Morethodoxy.org: Tefillin and clean bodies part 2 women wearing tefillin

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:36 am
דורך קאווע טרינקער
א שטארקע נקודה וואס גייט נאך צוריק צו זיין רבי'ס צייטען וואס האט מעודד געווען פרויען צו לערנען גפ"ת.
ערגעץ דא אין שטיבל האט מען אמאל צוגעברענגט רב שכטר'ס תשובה בנוגע ווייכע מצות, ווי ער גלייכט צו טוישען פון הארטע צו ווייכע מצות ווי א טויש אין קאליר אויף א פרוכת שלפני ארון קודש.
אסר'ן יעדע דבר גדול וקטן משום גזירה לגזירה איז איבערגעטריבען, אבער ווען אלץ איז השקפה'דיג, קען מען שפעטער קיין טענות נישט האבן אין פאל ווען ס'איז שוין "צו" אהין. אזויווי נטורי קרתא, ציממערמאן, סיקריקים שע"י אתרא קדישא ודי בכל אתר ואתר, יעדער פארשטייט אז דאס נישט קיין המשך צו חב"ד, נאר א דירעקטע תוצאה פונעם קנאות'דיגען חדר.
אלזא, YU 'ס מהלך איז אויך נישט תורה שבכתב, ס'איז א open source השקפה און יעדער תלמיד בויעט אויף דעם לפי דעתו, ואבי ווייס בכללכם. ומה כל הרעש??

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:12 am
דורך היימישער ליטוואק
נאכנישט ג'זען אין איין תשובה אזויפיל שטותים און חצאי-אמת

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:32 am
דורך אפטעמיסט
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:די וואך איז ארויסגעקומען א גאר שארפע תשובה פון הרב הערשל שעכטער פון YU איבער דער ענין. בעיקר איז ער מבאר אז היינטיגע טעג איז עס אסור משום דרכי המינים.

איך בין נבהל ונשתומם פון הרב שעכטער'ס תשובה. ווען איך ווייס ווען נישט אז עס קומט פון דעם YU חדר, וואלט איך געווען זיכער אז דאס איז געשריבן געווארן דורך א היימישן חסידישן רב. אפשר איז טאקע צייט אז הרב שעכטער זאל זיך כאפן אז דער מאדערנער חדר וואס האט נישט געהעריג גורס געווען די אלע מאמרי חז"ל פון התבדלות און די וויכטיגקייט פון דעם אידישן געפיל וואס האט באגלייט אידן אין אלע דורות איז ליידער פארקראכן ביז'ן זיך פארגלייכן צו די קאנסערוואטיוון.
זעענדיג דעם שרעקליכן חורבן וואס איז ארויסגעקומען פון דעם YU קרייז (זע סוף פון די תשובה אז די אלע רבנים המתירים זענען מוסמכים פון YU), האט פלוצלינג אויסגעפלאקערט דעם אמת'ן אידישן מסירת נפש, זיך נישט צו רירן פון דער מסורה, עד כדי כך ביז יהרג ואל יעבור!

הרב שעכטער איז שוין לאנג קריטיקירט געווארן דורך מאנכע אין דער מאדערן ארטאדאקסישע קרייז פאר'ן זיין צי רעכט געשטומט.
ער איז היפש אן אגראסיווער מענטש, און איז כמה פעמים פארדאמט געווארן דורך די מער ליבראלע במחנו, פאר'ם זיין חרדי-לייט און לאזן פאלן ראסיסיטישע קאמענטס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:42 am
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב געפרעגט מיין באבע צו זי גייט מיט ציצית, האט זי געזאגט אז זי גייט נישט מיט ד' כנפות כדי נישט צו ווערן מחיוב בדבר. - זי האט צוגעלייגט, אז די מנהג פון פרויען צו גיין מיט רינדיגע בגדים שטאמט פון דעם.
מ'זעהט בחוש אז יעדע לבוש פון די פרויען האט סודי סודות.

קען זיין אז דאס איז אויך די סיבה פארוואס זיי שמעקן זיך אן, וואס לפי פסקם של גדולי ישראל האט דאס א דין ווי צואה, און דאן זענען זיי נישט מחויב בדבר אנצוטוהן תפלין...
#מייעמודבסודקדושים

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:06 am
דורך קאווע טרינקער
שיעור נישט פארגעסען, רב שעכטער האלט אז מציצה, אפילו בכלי, איז איבריג, ס'פעילט נישט אויס.
ס'וואלט געווען אינטערסאנט אויב איינער קען איבערשרייבען זיין תשובה און אריינלייגען "מציצה בפה" במקום "תפילין".

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 11:40 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 11:45 pm
דורך היימישער ליטוואק
ברסלבער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב געפרעגט מיין באבע צו זי גייט מיט ציצית, האט זי געזאגט אז זי גייט נישט מיט ד' כנפות כדי נישט צו ווערן מחיוב בדבר. - זי האט צוגעלייגט, אז די מנהג פון פרויען צו גיין מיט רינדיגע בגדים שטאמט פון דעם.
מ'זעהט בחוש אז יעדע לבוש פון די פרויען האט סודי סודות.

קען זיין אז דאס איז אויך די סיבה פארוואס זיי שמעקן זיך אן, וואס לפי פסקם של גדולי ישראל האט דאס א דין ווי צואה, און דאן זענען זיי נישט מחויב בדבר אנצוטוהן תפלין...
#מייעמודבסודקדושים

לפי פסקם של גדולי ישראל האט דאס א דין ווי צואה
מקור ביטע, חוץ אויב סתם לצנות

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 11:57 pm
דורך קאווע טרינקער
דא, בעל ערוגת הבושם שרייבט אין זיין צוואה אז דאס איז נאך ערגער פון צואה.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=43
א קאפי דערפון פלעגט הענגען יארן אין ראדני שוהל.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:09 am
דורך מאטי
לאל..... ראדני שמעקט גראדע פון צואה (געוויסע פלעצער) זעט אויס זיי האבן געוואלט מודיע זיין אז ס'איז דא נאך ערגערס.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:38 am
דורך יאיר
צוויי שיינע ארטיקלען דורך דעם קאנטראווערסיאלן ראביי זאב פארבער איבער פרויען וואס לייגן תפילין און די הלכות פון גוף נקי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:58 am
דורך לעיקוואד
משוגע האט נישט קיין שיעור.
אבי עס איז דא אויף וואס צו מאכען שערוריות. כאילו דאס איז די פראבלעם פון די וועלט.
איך האב א שכנה וואס גייט ארויס פון שטוב מער פון צוויי מאל א חודש, קעגן די בפירושער פסק פונם רמב''ם. ווען עס וואלט סתם געווען אזוי החרשתי, אבער וויבאלד די היינטיגע פעמיניסטישע יצאניות האבען דאס געמאכט פאר אן עיקר, המכונה בלע''ז גאוינג אויט, דארף מען זיך מוסר נפש זיין דאס מונע צו זיין.
אינטרעסאנט אגב צו זעהן די אומבאלימפערטע עברית / לשון הקודש פון אמעריקאנער רבנים וואס טראכטען אויף ענגליש.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:05 am
דורך לעיקוואד
להערה בעלמא, איך בין נישט זיכער וואס איז די גרויסע פראבלעם פון גוף נקי וואס די פוסקים מאכען דערפון אזא רעש. איך זעה נישט עס זאל זיין אזא שווערע זאך נזהר זיין, חוץ ביי בעלי הנערווען למיניהם . קען זיין אז אמאל איז געווען אסאך שוואכער די נקיות און הייגינע ווי היינט און ממילא איז דאס היינט נישט נוגע די פראבלעם בכלל. ואיני יודע כעת מי שדן בזה. חוץ באם מדובר בנקיות המחשבה ואין זה פשטות הדין.