בלאט 1 פון 3
אישי
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:17 pm
דורך לכבוד שבת קודש
דער אישי פריוואטע קעסטלעך וואס דער עולם פארמאגט, פארלאנגט זיך אן אשכול פאר זיך... וויפיל זאכן ס'טוט זיך אפ אין אישי, וויפיל מעשיות מענטשן האבן שוין דורכגעמאכט אין זייער אישי, דער האט קריטיקירט, יענער האט געזאגט, וויפיל סודות און זאכן עס איז אויפגעדעקט געווארן, און להבדיל - וויפיל מחלוקת'ער עס האט שוין אנגעווערטשאפט. דער אישי איז עפעס אזא מיסטעריעזע בריה וואס עס פארלאנגט זיך דערויף אן אשכול פאר זיך.
גוט, כ'הייס נישט יאיר, הוגה, קאווע טרינקער, לעיקוואד וכל שם וחנוכה, אז איך זאל אראפלייגן א באשרייבונג וואס דער אישי מיינט. אפשר וועט נאך אמאל קומען איינער און ערפילן דעם פליכט. איך טראכט בלויז אז עס וואלט געווען גוט אזא וואונקל, וואו דער עולם זאל קענען דערציילן עקספיריענס און מעשיות וואס זיי האבן געהאט אין אישי.... דער האט געפינען זיין ברודער, דער גאר זיין שווער... אדער אנדערע אינטערעסאנטע מעשיות וואס מען האט בייגעוואוינט אין דעם אישי.
איך האלט אז עס וואלט געווען זייער אינטערעסאנט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:24 pm
דורך טיטאניק
ברסלבר שארף זיך אויס דיין פענע און גיי שרייב
איך אויך קענסט אויך און קאווע טרינקער עס איז דאך דיין נאמען
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:01 pm
דורך שעפטל
איך האב גראדע א אינטערסאנטע זאך... יעדעס מאל וואס איך "לייק" געוויסע תגובות קומט מיר ממש אין מינוטין אן א אישי פון א מאן דהו מיט שרעקליכע טענות און אטאקירונגן איבער מיין לייק.... (עפ"ר ווען כ'לייק שוין מאל איך ריפרעש... )
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:20 pm
דורך גרוש
איינער קריטיקירט מיר אין אישי על לא דבר,
ער מיינט אז ער וווייסט וואס ער רעדט,
ער קען נישט טראכטן אז אנדערע מענטשן טראכטן אנדערש,
נאך דערצו אין א ליין וואס ער האט קיינמאל קיין ערפארונג נישט געהאט
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:29 pm
דורך איך אויך
אזא איינעם ענטפערט מען איינמאל צוויי מאל און מען בעט עם שיין ער זאל לעבן און לאזן אנדערע לעבן. אויב יענער לאזט נישט נאך זאגט מען עם מען וועט ארויסלייגן זיינע אישיס לעיני הניקס ,אויב דאס העלפט נאך אלס נישט קאנטאקט מען א אחראי.
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:34 pm
דורך נאר,,פרייליך
א געוויסער פארשוין באגיסט מיט קאווע און צוקער מיין קעסטל אזש ס'מיר צומאל ניש מעגליך צו עפענען מרוב קלעבעכץ ו'חאזעריי ר''ל.
עס וואלט ניייטיג געזיכט געווארען תיקונים און שלעסער וכדו', ווי איידער סתם צו אויפברענגען קאשמארען.
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 12:59 pm
דורך שעפטל
שעפטל האט געשריבן:איך האב גראדע א אינטערסאנטע זאך... יעדעס מאל וואס איך "לייק" געוויסע תגובות קומט מיר ממש אין מינוטין אן א אישי פון א מאן דהו מיט שרעקליכע טענות און אטאקירונגן איבער מיין לייק.... (עפ"ר ווען כ'לייק שוין מאל איך ריפרעש... )
איך אויך האט געשריבן:אזא איינעם ענטפערט מען איינמאל צוויי מאל און מען בעט עם שיין ער זאל לעבן און לאזן אנדערע לעבן. אויב יענער לאזט נישט נאך זאגט מען עם מען וועט ארויסלייגן זיינע אישיס לעיני הניקס ,אויב דאס העלפט נאך אלס נישט קאנטאקט מען א אחראי.
-------- אריגענאלער הודעה --------
טיטל: לייקען עברי
דאטום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:55 pm
פון:
נאר,,פרייליךצו: שעפטל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'מיר א פארגעניגען צו זעהן אז אפגעזעהן וואס יענער פארטרעט צו וואס יענער איז דער ערשטע זאך א לייק פאר איינער וואס איז מעיר איבער נאר,,פרייליך
ייש''כ געסט מיר מוט אנצוגיין
ס'מיר מער ווי צוואנציג לייק'ס בשבילי, לך בכוחך זה והושע את ישראל
-------- אריגענאלער הודעה --------
טיטל: נארוני מיט עברי
דאטום: דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:07 pm
פון:
נאר,,פרייליךצו: שעפטל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'איז קאמיש צו זעהן די מחזה ווי א נארויני מיט אן ציוני לייקען זיך מחמת רוע הלב איבער די באראש סוטיאציע וואס מען ברויך צופיקסען רבי טובי' רבי טודרוס רבי יושע דוד רבי אברהם יושע רבי דוד ועוד ועוד וועם מ'ברויך אלס צופיקסען ווייל באראש האט ניש געגעבן די גינסטיגע פסק.
ווער האט זוכה געווען אינעם לינת לילה? און קיפול התפלין של רבינו שליט''א??
ביטע ניש מיט ברענגען פערד לעמפלעך צעטליך, די רבי לאזט ניש, (כ'הא מורא אזא אויפגעקלערטער ווי דיר העט דירעקט ברענגען צעטלאך און לעקטערלאך צו ווייזען התחכמות)
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:28 pm
דורך פישלע העררינג
מיין אישי זעהט אוס בערך אזוי:
- זאג נאר, ביזטו אפשר דער און דער?
ניין.
- אה, ניין? איך האב געמיינט.
אז מען מיינט נער'ט מען זיך.
- אקעי נעווער מיינד.
ביי ביי.
- אבער דאך, ווער ביזטו?
דו קריכסט אראפ פון מיך?!
- מיזט נישט זאגן, אבער עס קען זיין א טובה פאר דיך אויב דו זאגסט יא, א עול אראפ פון קאפ, פארשטייסט וואס איך מיין?
נייס טריי. ביי ביי.
- אקעי, איטס אפ טו יו.
וחוזר חלילה וחלילה, חלולים חלולים.
וואס מיינסטו, ווייל דו בא'כבוד'סט מיך מיט אן אישי וועל איך ווערן אזוי שטארק באגייסטערט אז איך וועל דראפן אלע מיינע שלייערן פאר דיך?
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 2:26 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
איך האב נאכנישט גערעדט מיט קיינעם אין אישי
מיין סאמע ערשטע אישי וואס כ'האב באקומען האט מיך זייער דערשרא
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 2:48 pm
דורך מ גפני
האט געשריבן: גפני
געשיקט געווארן: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:51 am
דורך (....)
נאמען ארויסגענומען - ער איז זייער א נארמאלער מענטש/ניק - קוקט אויס ער האט פשוט געהאט א שווערע מינוט
האט געשריבן:
גיי צוריק קיין היידפארק
אין עונשין אלא אם כן נזהרין,
געדענק ווי די געפונטסט זיך.
איך ווייס עכט נישט וואס ער האט געוואלט פון מיר, איך האב נישט געשריבן גארנישט וואס באלאנגט אין היידפארק און איך האב דארט קיינמאל נישט געשריבן/געווען דארט א מעמבער
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:19 pm
דורך איך אויך
איך האב געטוהן א חסד און געשיקט א אישי פאר אונדזער תם ער זאל זיך נישט פילן אויסגעשלאסן ,שוין האב איך שוין מיין מיטצווע אוף די דעי.
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:02 pm
דורך פישלע העררינג
איך אויך האט געשריבן:איך האב געטוהן א חסד און געשיקט א אישי פאר אונדזער תם ער זאל זיך נישט פילן אויסגעשלאסן ,שוין האב איך שוין מיין מיטצווע אוף די דעי.
נישט קיין מצוה. ער האט נאך קיין איין איינציג מאהל געלייקט א צווייטן!
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:06 pm
דורך מורינו הרב
א חכמה? - ער האט דאך נאכנישט גערעדט אין אישי, דעריבער האט ער נאכנישט געלייקט... אז ער וועט אישי'ען וועט ער דעמאלס לייקן...
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:13 pm
דורך פישלע העררינג
מ גפני האט געשריבן:איך ווייס עכט נישט וואס ער האט געוואלט פון מיר, איך האב נישט געשריבן גארנישט וואס באלאנגט אין היידפארק און איך האב דארט קיינמאל נישט געשריבן/געווען דארט א מעמבער
דערמאן זיך וואס דו האסט געשריבן יענע טאג. איך האב עס נאכגעקוקט. עס איז געוועהן א שמועס אויב מען קען דא שרייבן אזוי ווי אין היידפארק אדער נישט. א צימעס שמועס.
viewtopic.php?p=47477#p47477קוק נאך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:34 pm
דורך מ גפני
פישל'ע העררינג האט געשריבן:מ גפני האט געשריבן:איך ווייס עכט נישט וואס ער האט געוואלט פון מיר, איך האב נישט געשריבן גארנישט וואס באלאנגט אין היידפארק און איך האב דארט קיינמאל נישט געשריבן/געווען דארט א מעמבער
דערמאן זיך וואס דו האסט געשריבן יענע טאג. איך האב עס נאכגעקוקט. עס איז געוועהן א שמועס אויב מען קען דא שרייבן אזוי ווי אין היידפארק אדער נישט. א צימעס שמועס.
viewtopic.php?p=47477#p47477קוק נאך.
גערעכט אז מ'האט דארט גערעדט פון דעם, אבער איך זעה נישט אז איך זאל האבן געזאגט עפעס אזוי שלעכט אריינצוכאפן אזא פסק פון יענעם
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:20 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געמיינט אז ס'א גיזמא אז אין אישי טוהט זיך גרויסע זאכן. יעצט האב איך באמערקט אז מיין לעצטע אישי איז אישי נאמבער 85,834 פון אלע אישי'ס אין קאווע שטיבעל!!
WOW
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:22 pm
דורך לעמיל
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב געמיינט אז ס'א גיזמא אז אין אישי טוהט זיך גרויסע זאכן. יעצט האב איך באמערקט אז מיין לעצטע אישי איז אישי נאמבער 85,834 פון אלע אישי'ס אין קאווע שטיבעל!!
WOW
וויאזוי זעיט מען דעיס?
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:52 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מיך פרעגט מען וויאזוי צו שרייבן זאפטיג און גוט. איך ענטפער יעדן איינעם בסבר פנים איך געב איידיע'ס איך פארגין יעדן.
.
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:54 pm
דורך פישלע העררינג
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:מיך פרעגט מען וויאזוי צו שרייבן זאפטיג און גוט. איך ענטפער יעדן איינעם בסבר פנים איך געב איידיע'ס איך פארגין יעדן.
.
באניצער וועלכע וואלטן געגלייבט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:55 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:40 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
א יישר כח פאר איטליכע וואס האבן זיך באמיהט מיך צו שיקען אישי
איך האב בכלל נישט געמיינט צו באקלאגן אז איך באקום גארנישט נאר ארום קומענדיג דא האב איך נאר קאמאנטורט אז איך באקום נישט האב איך נישט וואס צו זאגן
בכל אופן א דאנק עטס אלע
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:46 pm
דורך [NAMELESS]
לעמיל האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:איך האב געמיינט אז ס'א גיזמא אז אין אישי טוהט זיך גרויסע זאכן. יעצט האב איך באמערקט אז מיין לעצטע אישי איז אישי נאמבער 85,834 פון אלע אישי'ס אין קאווע שטיבעל!!
WOW
וויאזוי זעיט מען דעיס?
קיק אויף די לינק צו די אישי. ביים סוף איז דא א נאמבער
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:20 pm
דורך לעמיל
[tag]ראשעקאל[/tag] זיי דיך בעסער מסביר ביטע