מיין פון-פאסיק-צו-הויזן-טראגער טויש אפקומענישן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

מיין פון-פאסיק-צו-הויזן-טראגער טויש אפקומענישן

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

אז מיין בייכל וויל נישט אראפגיין האב איך זיך גענומען דאס גאטס און באשטעלט אויף עמעזאן שלייקעס הויזן טראגער איינמאל פאר אלעמאל. ערנסט גערעדט (באמת) אזא טויש איז מיר נישט אנגעקומען גרינג ווייל אין אונזער סאסייעטי איז יעדע זאך פון לבוש א סטעיטמענט וואס דער טראגער וויל מאכן, ס'איז פארשטענדליך ווען איינער טראגט קאפלינגס אז ער וויל מ'זאל עם אנקוקן ווי א באפוצטער אזוי אויך מיט שפיציגע שיך אדער א פאני גלעזער, פיאות אויף דע אויערן ווענד זיך שוין, נישט ביי יעדן איז עס א סטעיטמענט. אבער וואס איז דאס מיט אומשילדיגע הויזן טראגער וואס א גרעבערע מענטש מוז פשוט טראגן אן זיין ברירה?
פאני איז געווען ווען איך האב גענומען קארעזש און עס אנגעטון, נישט לאנג דערויף איז א קרוב ארויף צוח מיר אין שטוב און איך האב עס שנעל אויסגעטון ווייל איך האב זיך געשעמט וואס יענער וועט מיינען, כ'האב געפילט ווי איך בין נישט ראוי דאס צו טראגן. איך האב זיך אבער שנעל אן עצה געגעבן ווען איך ארויסגענומען פון שאפקע מיין שוין פארגעסענעם וועסטל וואס כ'האב שויו נישט לאנג נישט געטראגן, יעצט זענען דע שלייקעס פארדעקט.
ביים חנוכה פארטי האט זיך ארויסגעזען מיינע שלייקעס און א שוואגער געט א שריי אויס העי העי וואס איז דאס? קוק אהער! הויזן טראגער! איך האב זיך געדארפט פארענטפערן פאר עם גיי פארשטיי פארוואס. א חבר פרעגט איין טאג העי פינטעל געמאכט געלט לעצטענס הא? הויזן טראגער! וואס איז דאס. איך וויל וויסן צו איך דארף אוועקפארן פורים, איך זוך נישט מאביל'ס אין מיין הויז צוליב מיין הויזן. און צו אלע משוגעים הערט'ס אויף איך טראג נישט הויזן טראגער, דער הויזן טראגער טראגט מיינע הויזן! ווילט עטס מיינע הויזן זאלן אראפפאלן? It wont be a pretty scene!
טראגט'ס אפ פון מיר.


.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הער מיך אויס פינטל: ווען דיינע הויזן פאללן סתם אזוי אראפ איז נישט געפערליך. אבער ווען ס'פאלט אראפ ווען דו גייסט הגבהה. אדער ווען דו האלטסט איו מיטן בויען די סוכה. און דו ביסט אויפ'ן לייטער און די הויזן געבהן זיך א גליטש אראפ אין רשות הרבים. אהה. דאס איז שוין א זאך. אזוי ווי ס'געשעען ביי מיר. בימים ההם ובזמן הזה האב איך געוואוינט נישט סתם ביים רשות הרבים. נאר ביי א ביזי קארנער אויף וועלכן ס'ד'א א גרויס בית המדרש. פארנאכטס, ווען דער עולם איז געגאנגען צו מנחה -מעריב. איך בין אויפ'ן לייטער. און די הויזן געבן זיך א גליטש אראפ....בפני קהל ועדה. :lol: :D :) ;) :roll: :x :P :oops: :o :shock: :roll:
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

berlbalaguleh האט געשריבן:הער מיך אויס פינטל: ווען דיינע הויזן פאללן סתם אזוי אראפ איז נישט געפערליך. אבער ווען ס'פאלט אראפ ווען דו גייסט הגבהה. אדער ווען דו האלטסט איו מיטן בויען די סוכה. און דו ביסט אויפ'ן לייטער און די הויזן געבהן זיך א גליטש אראפ אין רשות הרבים. אהה. דאס איז שוין א זאך. אזוי ווי ס'געשעען ביי מיר. בימים ההם ובזמן הזה האב איך געוואוינט נישט סתם ביים רשות הרבים. נאר ביי א ביזי קארנער אויף וועלכן ס'ד'א א גרויס בית המדרש. פארנאכטס, ווען דער עולם איז געגאנגען צו מנחה -מעריב. איך בין אויפ'ן לייטער. און די הויזן געבן זיך א גליטש אראפ....בפני קהל ועדה. :lol: :D :) ;) :roll: :x :P :oops: :o :shock: :roll:

ברוך השם כ'האב הנאה שמחות ביי אידישע קינדער
איך האלט אז דאס "הויזען גליטשעריי" קימט פון די קללות וואס די קינדער אין חדר שעלטען עס יעדע יאר פרשת משפטים
קללת חכם שאדט, ספעציעל ערב סוכות אויפען לייטער
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

בערעל, נא גילוי (תרתי משמע)

הויזען טראגערס זענען געמאכט פאר מענטשען וואס ווילען נישט זיין ביזי עפענען די פאסיק ביים עסען.

טעמו וראו כי טוב. אבער ווען די טרעגערס ווערען עלטער, און עס האלט און איין אראן פאפען פין די הויזען, איז עס א גיהנם.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:בערעל, נא גילוי (תרתי משמע)

הויזען טראגערס זענען געמאכט פאר מענטשען וואס ווילען נישט זיין ביזי עפענען די פאסיק ביים עסען.

טעמו וראו כי טוב. אבער ווען די טרעגערס ווערען עלטער, און עס האלט און איין אראן פאפען פין די הויזען, איז עס א גיהנם.

ביי מיר איז אפילו נייע הויזן טרעיגערס א בחינה פון גהינם. מיט א פאסיג שפיר איך כאטשיג ווען די הויזן זענען מחובר צום העמעד.אבער א הויזן-טרעיגער מאכט פיהלן א גאנצע צייט אז מ'פארלירט די הויזן.... :roll: :? :lol: :x :P :oops: :cry: :o
פארשפארט