בלאט 1 פון 2

"יואלי'ס" אין אנדערע חסידות'ער/קרייזן, איז דא דערפון?

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:15 pm
דורך דער (פינטעל) איד
כ'קען איין באבובער 'יואלי' פון א באבוב משפחה וואס הייסט 'יואל' נאכ'ן סאטמאר'ן רב צוויק"ל.

זענען פארהאן נאך יואלי'ס אין אנדערע חסידות וואס טראגן 'יואל' נאך אים למשל אין פאפא אדער
קלויזענבוירג? אפשר אין בעלזא גאר נעה זיכער נישט אבער ווער ווייסט?



.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:58 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך קען עטליכע יואלס, זיי שטאמן פון סטמארע חסידים.
גווענטליך האבן זיי נאך א נאמן, מיט וועלכע זיי רופן זיך בעיקר...
איך האב א חבר, הייסט ער אליהו משה יואל, אליהו נאכן גאון ז"ל, משה נאך ר' משה ז"ל און יואל נאך סטמאר רבי ז"ל. ער רופט זיך אלי און אויף ענגליש AMI נאך זיין ראשי תיבות.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:59 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דער אליהו משה יואל איז פון א ליטע משפחה?

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:01 pm
דורך יואליש
כ'האב א שכן ער איז, דאכט זיך, מאדערן ארטאדאקס, און הייסט יואלי נאך סאטמאר רב. כ'האב אים קיינמאל געפרעגט פארוואס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:03 pm
דורך ברעט מענינג
יואלי לעבאוויטש איז למעשה דער ערשטער יואלי

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:22 pm
דורך היימישער ליטוואק
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דער אליהו משה יואל איז פון א ליטע משפחה?

דער זיידע קומט פון א משפחה פון חסידים, דוכט זיך פון סיגיטער חסידות.
זיי זענן שוין צוויי דורות בריסק.
ער שרייט אז עס איז א שאד אז סטמאר רבי האט נישט גלערנט אין בריסק.
ער האט אויך פארשידנע מעשה'לאך וועלכע זיין טאטע און זיידע האבן זיך גווערטלט מיט דעם סטמאר רבי בענין חסידות. זיין זיידע איז נאך גווען א חסיד פון רבי'ס. זיין טאטע איז שוין א מתנגד אבער האט גהאט הערצה צום סאטמאר רבין.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:03 pm
דורך MickyMouse
איך קען 2 וויזשניץע יואליס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:07 pm
דורך דער (פינטעל) איד
בני ברק אדער מאנסי

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:08 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וויאזוי שפירט צו זיין א וויזניצע יואלי? איך האלט אז ס'גרעניצט זיך מיט טשיילד אביוז...



.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:12 pm
דורך MickyMouse
זיי וואוינען ביידע אין בארא פארק (פאר די חתונה). איך ווייס נישט ווי זיי באלאנגען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:18 pm
דורך משה געציל
ביי אונז אין דעברעצין זענען אויך דא אפאר "יואליס", אויפן טלית בייטל שטייט גראדע נישט יואלי, אבער ווען איך קען זיי ווען נאר אויפן פנים וואלטן זיי קלאר געהייסן יואלי...

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:18 pm
דורך דער (פינטעל) איד
חא חא חא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:09 am
דורך פלעין יודיש
און וואס זאגט איר צו א באיאנער יואלי???
ער לויפט פשוט אוועק פון זיין נאמען , נעביך

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 9:39 am
דורך טעפל
ברעט מענינג האט געשריבן:יואלי לעבאוויטש איז למעשה דער ערשטער יואלי

טאקע נישט קיין סאטמערער..
ס'איז דא יואלי'ס אין באבוב אין ויזניץ אין קלויזענבורג און אויך אין בעלזא, וויאזוי קען זיין?, ווייל אויך סאטמערע רב ז"ל האט אזוי געהייסען..
רב ישעיהו פינטו (דער וואס האט יעצט צרות) האט א זוהן יואלי וואס הייסט נאך סאטמערע רב ז"ל.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:18 am
דורך רויטע וואנצעס
איך קען איינער אליהו יואל, דאכזיך ער איז א קלויזענבורגער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:02 pm
דורך העלא
איך קען א קאשוי "יואלי"
איך קען אסאך ר' יואל'ס וואס זענען געבוירן פאר ער איז אוועק,
די נאמען יואל נוצן נאך מענטשן נישט נאר סאטמאר רבי האט עס גענוצט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:03 pm
דורך דער (פינטעל) איד
WOW נישט געוויסט. איך האב דעריבער געשריבן ווער ס'הייסט יואל נאכן סאטמאר'ן רב.
דער עולם קען נישט ליינען אדער וואס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:11 pm
דורך היסטאריקער
הרב יואל משה מרדכי כ״ץ בן הגה״צ מוויען שליט״א

ד״א דער ערשטער יואל וואס האט חתונה געהאט

ווען ער איז געווארן א איידעם ביי ר׳ מענדל וויזניצער האט מען געשמועסט אז מ׳קען אים נישט רופן ביי קיינע פון זיינע נעמען, יואל (סאטמאר?) משה (כבוד פון זיידן) מרדכי (ר׳ מאטעלע, באותו שעה אסור הי׳)

למעשה רופט מען אים נאר משה מרדכי

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:26 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
איך האב א שוועסטער קינד אין בעלז וואס הייסט יואל נאכן סאטמערן רבי'ן זי''ע

ער האט מיר געזאגט אז עס איז דא אפאר אזעלכע ...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:12 pm
דורך zurich
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:וויפיהל צאלט דיך יענער פאר יעדער אשכול די עפענ'סט?

יואלי זיי שטיל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:15 pm
דורך איך אויך
עס זענען דא וואס הייסן יואל נאכן בעלזער רב.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:40 pm
דורך העלא
שלום לעזער דים זאגט אז ער הייסט נאך אשר אנשיל קרויס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:01 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
איך אויך האט געשריבן:עס זענען דא וואס הייסן יואל נאכן בעלזער רב.


פיר אויס אין עס זענען דא וואס הייסן אהרן נאכן סאטמער'ן רבי'ן...