בלאט 1 פון 1

קלוגע לײדיגײערס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:29 am
דורך petergrifin
[left][/left]ס׳דארף אפשר נישט א נײע אשכול אבער װאס זאל איך טוען אז דער . האט פארלאנגט, עניװעיס אזוי זיך ארום דרײענדיג צװישן די בלעטער זעה איך װי אפשר א מנין אידן שרײבן און שרײען די זעלבע חרה איבעראל. ס׳איז נישט קײן חילוק אין קאװע שטיבל, געזעלשאפט אדער צימעס. די עיקר איז אז מען זאל װיסן די ריכטיגע דעת תורה געפיטערט דורך "דער איד" אלע יארן, אזוי װי אראפרײסן ערליכע אידן װאס גײען נישט אין שפאן װי למשל די ראב"ד. איך װײס נישט די גאנצע פאליטיק דארט, אבער אזעלכע לשונות װי "זאל ער זיך גײן" מיט אנדערע דברי חכמה פון געװאלדיגע קלוגע שטינקערס װאס לערנען/ארבעטן כמעט נישט נאר זיצן אנלײן טאג און נאכט און פירקלען אן סתם אבי צו לאזן װיסן יעדן אז זײ די קלײנע הײפעלע אידן האבן די ריכטיגע בליק און װײסן װער איז גערעכט בײ א יעדע מערכה װי אימער, די עיקר איז צו מאכן א מצב אפילו ס'איז נישט װעגן װאס. קען זײן זײ מײנען אז א גדול בישראל װאס לערנט זײן גאנצע לעבן און האט זײן מײנונג צעקראצט זיך פון אפאר נארישע יונגען. נעװער מײנד די ספעלינג אז מען געבט אויף צו ליינען נאך א בליק אויף די ערשטע שורה.

אדער איז די װעג פון האבן א אויסטויש מיט א צװײטע ניק און שרײבן צלם אין די הארץ, צלם דאס צלם יענץ (יא איך װײס מען זאגט עס נאך פון אײנע פון די פריערדיגע צדיקים – אדער יא אדער נײן). ס'װערט שוין נמאס די אװיר װאס מאנכע לאזן איבער װי זײ זענן מוסיף נופך משלהם.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:05 pm
דורך berlbalaguleh
הרב פיטער: (כמעט געשריבן סט. פיטער). דער לייק איז פאר'ן תוכן און בעיקר פאר די מליצה'דיגע לשונות וועלכע דו נוצט. :lol: :D :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:46 pm
דורך דולה ומשקה
בערל בעל עגלה האט געשריבען א תגובה אויף די ווערטער פון פערטער גריפן אז ער לייקט איהם איבער די לשון המליצות מוט וואס דער פעטער באנוצט זיך.

איך קום דא זאגען אז איך האב געלייקט בכלל נישט וועגן די מליצות, נאר דער טיפע עמקות'דיגע תוכן פון אונזער גרויסע פעטער גריפן, איך וויל זיין זאגען פאר בערל בעל עגלה האב יורד געוועהן לסוף דעתו פון פעטער גריפען איך מוז אייך זאגען אז עס האט מיר שטארק באצויבערט, ווייל איך שריי שוין פון לאנג מאז ומקדם, אז דער גאנצע פאשאלטענע צימעס אפטיילונג הידוע לשמצה לשון הרע רכילות בעלי מחלוקות, ווי נאר עכט שלעכט הארציגע פערשוינען -------

אזעלעכע ליידיגייערס, ליידיגייערס איז שוין לשבח, דאס זענען נידריגע בריאים, זיבוריות שבזיבוריות.

דאס האט אראפ געקייטעלט ___ ביז צום תהום, ה"י.