ואתא כלבא סטייל ארגומענטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

ואתא כלבא סטייל ארגומענטן

שליחה דורך משה געציל »

מען פארציילט אז הגאון ר' יונתן אייבשיץ זצ"ל איז אמאל דורכגעפארן א שטעטל בעת ווען עס האט געברענט די פייערדיגע מחלוקת צווישן אים און ר' יעקב עמדין זצ״ל. בין הדברים איז אים אויסגעקומען אונטערצוהערן א שמועס אויף הויכע טענער צווישן אפאר איינוואוינערס איבער די פייערדיגע מחלוקה, יעדער איינער מיט זיינע סברות ווער עס איז גערעכט.

ר' יונתן האט נישט געשמעקט די סארט געפלויזשעריי, איז ער צו געגאנגען צום קופקע און זיי פארגעשטעלט א שאלה;
עס איז באקאנט די חד גדיא פזמון וואס מען זינגט פסח ביינאכט ביים סדר.
די מעשה איז געבויט אויף א ציגעלע וואס איז פארציקט געווארן דורך א קאץ. איז געקומען א הינט געביסן דעם קאץ, א שטעקן געשלאגן דעם הינט, פייער פארברענט דעם שטעקן, וואסער פארלאשן דעם פייער, א אקס אויסגעטרינקן די וואסער, א שוחט געשאחטן די אקס, דער מלאך המות געשאחטן דעם שוחט, און... ואתא הקב"ה ושחט למלאך המות דשחט וכו' וכו׳....

אז מען מאכט דעם חשבון, איז לכאורה אומפארשטענדליך. דער ציגעלע איז דאל לכל הדיעות געווען אומשולדיג... קומט דער קאץ על לא עון בכפו און פארציקט אים... נא, האט דאך דער הינט געטוהן א גלייכער זאך... און דער שטעקן האט אומריכטיג געשלאגן דעם הינט.... ווידער די פייער האט מיט רעכט פארלענדעד דעם שטעקן... די וואסער האט ווייטער גענומען א ראנג זייט... דער אקס האט גאר גלייך געטוהן.... דער שוחט האט אפגעשאחטן דעם אקס לכאורה נאר מחמת חסרון ידיעה... קומט אויס דער שטן האט מיט רעכט נקמה גענומען אין איהם...
אויב אזוי, איז דאך מרפסן איגרא, מיט וואס פאר א רעכט וועט כביכול וואס "מאיתו לא תצא הרעה" שעכטן דעם מלאך המות ווען ער האט זיך נאר אנגענומען פאר'ן יושר?
נאר האט ר' יונתן צוגענדיגט, ווען דער קאץ מיטן ציג שלאגן זיך... ווער האט דיך געבעטען זיך אריינצומישן אינעם מחלוקת?...
ע"כ תוכן הסיפור.

מיר האט אלטס געבאדערט, וואס פארא מין טענה איז דאס; "ווער האט דיך געבעטן זיך אריינצומישן". דער קאץ איז דאך באגאנגען א הימעל שרייענדן עולה, גענומען א אינג זיס ציגעלע, אזוי נישט מיר נישט דיר אפגעווישט! וואס פארא רעכט האט בכלל דער צוקוקער און דער זייט צו זאגן מיט א שיינעם געמאכטן טאן... נע... איך מיש מיך נישט... וואספארא סארט גערעדעריי איז דאס?

אזוי באזיכענידיג היינט 'צימעס' איז מיר אויפגעקומען א שטיקל ישוב. טוט זיך אויף טיש און אויף בענק, גאב"ד ארויף, ראב"ד אראפ. אבער רבוש"ע! איך וויל הערן א גראד ווארט, א קלארע באריכט, זערראאא.
יעדער איינער איז געטריי צו זיין זייט צימעס ווי על גאר צו גרינע ארנעגיע, און ווי ראש לימבא צו די ליבעראלע מידיא איינזיטגקייט. עס האלט שוין אז מער ווייניגער קען מען פראדיקטן פונקטליך וואס ער גייט זאגן און וואס יענער גייט רענדאמלי אלטס א מוח געוואשענער פארטיי אידעלאג צוריקשיסן.

רבותי! סטאפ וויט דיס קרעפ! דער זיס ציגעלע איז טאקע נעבעך פארציקט געווארן פאר נא גאד ריזן! ממש... ס'רייסט! דאס הארץ גייט אויס!
אבער... זיי נישט קיין הינט! ביל נישט צוריק ווי פון שלאף ארויס! קענסט נישט כאפן דעם גנב, ריף שומרים. קענסט נישט אריינלייגן די בעטעריס אינעם סמאק דיטעקטאר, ריף אן עלעקטארישן. לויף נישט צו צום גנב און גיב א בייס און לויף אוועק. לייג נישט אריין קיין טריפל עי בעטעריס ווען עס פארלאנגט זיך א ניין וואלט.

דער ראב"ד איז לשיטתך למפרע נישט אפגעפרעגט נאך מזמן החזון איש, ווייל ווען איך וואלט געמאכט דעם ארגומענט פאר פינעף יאר צוריק וואלט איך געכאפט א דאזן ביצים אין פרצוף. דער גאב"ד איז נישט למפרע א קנאי מיום הולדתו, ווייל ווען ער איז אויפגענומען געווארן אויף זיין פאזיציע האבן אסאך געקרומט מיט די נאז.
זיי האבן זיך געטוישט? נאו פראבלעם, ביל אבער נישט ווי א הינט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אזוי ווי ס'צימעס'ט זיך, אזוי קאוועשטיבל'צעך.

מוחה זיין, און זיך בייזערן איבער צימעס, איז אזוי ווי שרייבן אויף פעיסבוק די געפערליכע פירצה פון אינטערנעט; ווי גיין אין א סטריפ קלאב מוחה זיין אויף צוגעפאסטע קליידער מיט רויטע טורבאנס, אדער צו אבזערווירן א סטאדע פון אנטבלויזע נקיבות וועלכע מארשירן על שפת היאור, און שרייען מיט ווייטאג אז דער פינגווין טאנץ איז גויאיש. דאס איז צימעס, מיט גרויסע שפיזיגע מייערן אריינגעשטעקט במקום נאז לעכער פון עטליכע גראבע פאוסט-זאווערוכע-שניי מענטשן, איש חוש בן ביטש לבית אבותם, מיט א צאפלדיגן טשערי טאמעטא אויפן קאפ.

ס'איז צום האפן אז צימעס וועט, און זאל זיך צימעזירן עד כלות צימיתא, און די הייליגע משזר'דיגע קייטן זאלן זיך ווייטער ציען ביז וויליאנג די רויללס שטריק דרייען זיך. קאווע שטיבל זאל מען נאר לאזן "צימעס פריי." איך ווייס נישט וואס דו, משה געציל, האט געפלאנט צו זעהן דארטן, און מיט וואס דו ביזט אנטוישט געווארן.

נעווערדעלעס, א מעשה פון ר' יונתן אייבשיץ איז אייביג וועלקאם.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

ניין יואב, לא חטאפטא. אה"נ סתם בייזערן אויף צימעס איז ווי מוחה זיין אויפן פאנגווין טאנץ מיט אפענע יוטאב פאר זיך. אבער מיין פינטל איז; צימעס זאל דערלעבן משיח'ן, אבער טאנץ דעם פאנגווין טאנץ ריכטיג, נישט סתם אן קיין ריטאם.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

משה געציל האט געשריבן:ניין יואב, לא חטאפטא. אה"נ סתם בייזערן אויף צימעס איז ווי מוחה זיין אויפן פאנגווין טאנץ מיט אפענע יוטאב פאר זיך. אבער מיין פינטל איז; צימעס זאל דערלעבן משיח'ן, אבער טאנץ דעם פאנגווין טאנץ ריכטיג, נישט סתם אן קיין ריטאם.

ניין, משה געציל: ס'איז הדרא קושי' לדוכתי'. דער משל איז אזוי ווי יואב האט געזאגט. נאר מיט א שמיץ אריבער. אויב איינער איז מוחה אין א סטריפ קלאב אויף געפאסטע קליידער, איז א קשיא אויפ'ן מוחה. נאר דער גאנצער מצב האט אן אחיזה אין מציאות. ווייל רוב פון די וועלכע זענען "מוחה" איבער די געפאסטע קליידער און עירוב וכדומה, האבן גענוג פוטער אויפ'ן אייגענעם קאפ און א סאך קופות של שרצים ביי זיך אינדערהיים, אז זיי וואלטן בעסער געטון ווען זיי שווייגן שטיל. ביי זיי זענען מקויים די מערסטע זאכן וועלכע ווערן אויסגערעכנט אין ישעי' קפיטל א', וואס מ'זאגט אין די הפטורה פון שבת חזון. למשל די אזוי-גערופענע "מחאות" אקעיגן עירוב איז זיכער יצא שכרו בהפסידו. ווען בחורים גייען און ציפן די חלק..,א... ביי.פ... וועלכע גייען מיט א קערידזש. מ'קען שרייבן גאנצע אשכולות אין מאחורי איבער דעים אליין. זאללן זייערע משלחים בעסער איבערליינען פסוק בפסוק אין יענע הפטורה ווי איידער זיך פאטשן אויפ'ן בויך אז מ'האט אויפגעטון פאר אידישקייט. :roll: :? :x :lol: :P :oops: :cry: :shock: :o
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

משה געציל האט געשריבן:ניין יואב, לא חטאפטא. אה"נ סתם בייזערן אויף צימעס איז ווי מוחה זיין אויפן פאנגווין טאנץ מיט אפענע יוטאב פאר זיך. אבער מיין פינטל איז; צימעס זאל דערלעבן משיח'ן, אבער טאנץ דעם פאנגווין טאנץ ריכטיג, נישט סתם אן קיין ריטאם.

משה געציל, איך זאג אז דאס אויף וואס דו בייזערסטעך, אט טאקע דאס, איז וואס ווערט גערופן בלשונינו: "צימעס". אויב ווילסטו ציוועליזירן צימעס, דאן קען מען דאך אראפציען די ברוינע קליידער. דו קענסט נישט אריין גיין אין א משוגעים הויז, און פארלאנגן די חברה צו זיין נארמאל. ווארום אז זיי ווערן נארמאל, קען מען דאך צומאכן דעם אנשטאלט.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

:D :D :D
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
פארשפארט