בלאט 1 פון 1
שניי
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:52 am
דורך רויטע וואנצעס
שניי זי איז ווייס,
שניי זי איז נאס,
שניי רואיגט דעת,
שניי ברענגט כעס.
שניי קינדער בענקן,
שניי גרויסע שעלטן,
שניי דיקע פעלצן,
שניי שטארקע קעלטן.
שניי שטיוול הויעך,
שניי שוואך קיין כח,
שניי נעפל און רויעך,
שניי פאפרוירן די מח.
שניי אראפ די אויגן,
שניי די ריקן געבויגן,
שניי ברעקלעך פון אויבן,
שניי איר גלייך אויפהויבן.
שניי זאלץ אן צוקער,
שניי פאלן אן שיכור,
שניי נאטור'ס מוטער,
שניי ווער שוין שיטער.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:00 am
דורך אפטעמיסט
איין מעלה האט שניי,
פאר אזא רויטער ווי דיר,
אז דיין נעבעכדיגע האר,
טוישט כאטש דאס קאליר,
אנדערש ווי געווענליך,
ביסטו א ווייסער אדם,
נישט קיין צוקלאפטע,
רויטע פאדעם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:28 am
דורך דער (פינטעל) איד
געלייקט אפילו איינס פאר'ן לעצטן שורה איז נישט אויסגעהאלטן
.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:28 am
דורך רויטע וואנצעס
אפטעמיסט האט געשריבן:...
פאר דיינע חיזוק רייד א דאנק,
מיין ווייסע וואנצעס א געשאנק,
איך פיל ווי סאנטא אויפן שליטן,
מער נישט קיין ביליגע בליקן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:31 am
דורך רויטע וואנצעס
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:געלייקט אפילו איינס פאר'ן לעצטן שורה איז נישט אויסגעהאלטן
.
אריין אין העמק דבר.
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
מי שאמר לעולמו שניי יאמר לצרותינו די. נאך איז אן די וועי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:52 pm
דורך אפטעמיסט
שוין בעסער די היצען,
ענדערש דאס שמאלץ,
ווי א שניי'יגע ווינטער,
אין א שטאט אן זאלץ.
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
די שטאט איז סדומית אן די מלח.
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:15 pm
דורך לאליפאפ
וואו גארבעדזש און [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
קיינער קאלעקט
די שטאט אנגעלייגט
דע בלאזיא שווייגט
שנייאיגע גראמען
אויסטרעפן צוזאמען
ביי זיך אין געצעלט
ווייט פון די קעלט
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:23 am
דורך רויטע וואנצעס
דער שניי וויל נישט קומען היי יאר צו ניו יארק סיטי. מ'האט אים אזוי צאמגעשאלטן לעצטע יאר, ער איז באליידיגט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:54 am
דורך שמעקעדיג
GOOD FOR US
נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:27 pm
דורך שמעון וואלף
קוקט אויס ער האט זיך איבערגעבעטן און קומט מיט א פעסטקייט.