בלאט 1 פון 2

שפיכת דמים אויף די אינטערנעט

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 3:26 pm
דורך [NAMELESS]
מיט די אלע מעלות וואס די אינטערנעט שטעלט פאר – דאס אז פלעינע מענטשען קענען אויסדריקען זייער מיינונג, און נישט נאר די "עליטע" קענען זיך לאזן הערן אין די צייטונגען, איז אויך דא א שרעקליכע חסרון. און מיט "שרעקליכע" מיין איך זייער א שרעקליכע. אין דאס איז אז מ'קען אין איין רגע אפשעכטן א מענטש'ס לעבן מיט אים באשמיצן אויף גארנישט!
יעדער קען די מעשה פון יענער וואס א געשריגן אויף איינעם "דיין טאכטער האט מזנה געווען!!!" האט ער געענטפערט "איך האב ניטאמאל א טאכטער!" האט דער שרייער צוריקגעזאגט "דאס וועסטו שוין ענטפערען פאר די גאס!!!"
דאס זעלבע לעינינינו – אויף די אינטערנעט קען מען שרייבען די געמיינסטע זאכן אויף א מענטש, אים באשמיצען פאר די גאנצע וועלט, און ניטאמאל האט מען א וועג וויזוי געהעריג צו ענטפערן, און דערגרייכן אלע מענטשען וואס האבן געליינט די בלבולים!
א קורצע צייט צוריק איז א היימישע וויליאמסבורגער איד געגאנגען אויף די גאס, און פינקט איז דורכגעגאנגען עפעס א פאטאגרעפער וואס צייכענט זיך אויס אפצוכאפן בילדער פון אונטערסאנטע געשעענישען. האט די פאטאגרעפער געזעהן אונזער חסיד'ישע אידל, און פונקט איז לעבן אים דורכגעגאנגען א שווארצע גויטע פון סודאן.
איז די פאטאגרעפער בייגעפאלן צו מאכן א אינטערסאנטע בילד פון דעם חסידישע איד לעבן די סודאנע פרוי. וואס איז זייער אינטערסאנט וועגן די קאנטראסט פון א ווייסער מענטש קעגן א שווארצע, א מאן קעגן א פרוי, א מענטש אנגעטין ווי א חסידישע איד קעגן די גויטע אנגעטון מאדערען, א.א.ו.
אונזער אידל איז אביסל א שעמעדיגער, און ווען די פאטאגרעפער האט אים געבעטן צו מאכן א בילד האט ער געשעמט אפצוזאגן, און נאכדעם האט ער באמערקט אז די פאטאגרעפער בעט נאך איינעם צו שטיין לעבן אים. ווען ער האט באמערקט אז ס'איז א גויטע האט ער נישט אפילו געהאט צייט צו טראכטען וואס צו טון און אין איין סקונדע האט זי ארויפגעלייגט איר האנט אויף זיין אקסל און מ'האט געכאפט די בילד.
דער איד זאגט אז ער איז געוועהן אזוי פארלוירן אז די פאטאגראפער האט צוגעשטעלט די פרוי צו זיין בילד, אז ער האט נישט אפילו געכאפט אז זי האט געלייגט די האנט אויף זיין אקסעל. ער האט נישט געוויסט דערפון ביז.... ביז.... ביז אונזער אינטערנעט קומט אריין אין בילד....
עס איז נאך דערווייל נישט קלאר ווער דער רשע און שקרן איז דא, צי די סודאנע גויטע צי די פאטאגרעפער, אבער די פאטאגרעפער האט ארויפגעשטעלט די בילד אויף די אינטערנעט, און האט פארקויפט אז די גויטע האט אים דערציילט אז דער איד האט איר געוואלט צורעדן צו אן עבירה ח"ו. די דאזיגע שמוציגע מעשה האט ער געלייגט לעבן די בילד פון דעם איד, און מיט דעם אים באשמוצט איבער די גאנצע וועלט.
עס איז ממש א ווייטאג, און עס דערציטערט די הארץ ווי מ'קען אזוי חרוב מאכן א מענטש לעולם ועד על לא עול בכפיו. אזא זאך קען געשעהן צו יעדעם פון אונז!! אז מ'האט פשוט די ביטערע מזל אריינצופאלן צו זיין פינקט אין די נישט גוטע צייט אויף די נישט גוטע צייט, און מ'ווערט א רגע פארלוירן, קען מען דערנאך זיין א קרבן פון א אומפארשעמטע רשע!

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 3:31 pm
דורך chasid
רחמנא לצלן!!

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 3:52 pm
דורך גדעון
איך ווייס נישט דעם אמת אבער דער איד האט א שמייכל פון אויער צו אויער, סזעהט נישט אויס ווי ער איז אזוי צומישט ווען ער האלט זיין הענט אויפן שיקסעס פלייצעס

אגב איז דער אינטערנעט א שטעקן קעגן די בעלי עבירה, לעצטענס האט א געוויסע פרענקסטער גרופע וואס מאכט לצנות פון מענטשן אויף א לייוו פיעד אנליין, אנגעדרייט א היימישע יונגערמאן מיט א גויטע און רעקארדירט דעם גאנצן שמועס און נאכדעם אים געשלעפט צו א האטעל ווי דאס מיידל האט געלאזט דעם יונגערמאן ווארטן א האלבער שעה אויף די גאס אין די קעלט מיט א באקס שיך אין די הענט אלס מתנה... און צענדליגע האבן זיך אינטערגעהאלטן ווען זיי האבן געזעהן אויפן קעם ווי דער יונגערמאן שטייט נעבעך מיט די שמונה בגדים און ווערט צו'נער געלייגט איינמאל און נאכאמאל,

סאיז א גרויסע ווייטאג און איך האב באמת מיטלייד, אבער די ילבשו שחורים ארבייט שוין היינט נישט, יעדער האט היינט א קאמערא אין טאש. צענדליגע יו טוב קליפס זענען א אייביגע שאנדפלעק פאר די רחמנות'דיגע זינדיגער.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 4:04 pm
דורך [NAMELESS]
גדעון האט געשריבן:איך ווייס נישט דעם אמת אבער דער איד האט א שמייכל פון אויער צו אויער, סזעהט נישט אויס ווי ער איז אזוי צומישט ווען ער האלט זיין הענט אויפן שיקסעס פלייצעס

ווער ס'קען דעם איד זעהט גלייך אז ער האט א צעמישטע פארלוירענע שמייכעל.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 4:09 pm
דורך זלמן זאפיר
אוי ראשהאקעל ביסטו גערעכט אין דעס איז שוין אויפן גוי'שן פראנט
נאר איך וויל זיך באציען פין ביי אינז יודען אליינס וואס שפיכות דמים וואס דא גייט פאר

איך וויל נישט אריין גיין אין די עוצם מחלוקה נאר ס'געפינט זיך א וועב זייטל היידפארק וואס דארט גייט אן א מאסן שפיכות דמים

די וואך האב איך באמערקט ווי מען שמוצט אויס א יוגערמאן אז זיין ווייב איז קראנק אין מען מאכט גאר א ליצנות דערפין איך האב עס פלעין נישט דערהויבן
אלעס ווייל ער גלייבט אין א אנדערע פארטיי איז ער מותר געווארן להשמיד ולהרוג ולאבד אין ער מיז ממש מחיוב מיתה

אין וואס קען מען שוין פארלאנגען פין א שווארצע גוי דערנאך

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 4:37 pm
דורך בן תמליון
זלמן זאפיר האט געשריבן:אוי ראשהאקעל ביסטו גערעכט אין דעס איז שוין אויפן גוי'שן פראנט
נאר איך וויל זיך באציען פין ביי אינז יודען אליינס וואס שפיכות דמים וואס דא גייט פאר

איך וויל נישט אריין גיין אין די עוצם מחלוקה נאר ס'געפינט זיך א וועב זייטל היידפארק וואס דארט גייט אן א מאסן שפיכות דמים

די וואך האב איך באמערקט ווי מען שמוצט אויס א יוגערמאן אז זיין ווייב איז קראנק אין מען מאכט גאר א ליצנות דערפין איך האב עס פלעין נישט דערהויבן
אלעס ווייל ער גלייבט אין א אנדערע פארטיי איז ער מותר געווארן להשמיד ולהרוג ולאבד אין ער מיז ממש מחיוב מיתה

אין וואס קען מען שוין פארלאנגען פין א שווארצע גוי דערנאך


סאיז ווערט צו דערמאנען אז דער HONY פאטאגריפירער האט אראפגענומען דעם בילד נעכטן בייגעלייגט מיט א בריוול פון א YU יונגערמאן וועגן דאס וויכטיקייט פון דן זן לכף זכות. יא זאלן מיר זיך לערנען.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 4:57 pm
דורך לעמיל
קען איינער אפשר רעדין קלאר דא??? ווען איז געווען די מעשה? ווען איז עס געשעהן? ווער האט עס מפרסם געווען???

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 5:01 pm
דורך זר זהב
לעמיל האט געשריבן:קען איינער אפשר רעדין קלאר דא??? וי איז געוין די מעשה? ווען איז עס געשין? ווער האט מפרסם געוין?

דו מאכסט מיר לאכן... וואס יאגסטעך אזוי ?

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 5:02 pm
דורך לעמיל
איך יאג מיך????

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 5:03 pm
דורך זר זהב
דזשאסט קידדינג. דו בעטס'ס אין א נישט קלארן תגובה אז יענער זאל רעדן קלאר.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 5:04 pm
דורך לעמיל
אהההה

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 5:11 pm
דורך שמואל הלוי
לעמיל האט געשריבן:קען איינער אפשר רעדין קלאר דא??? ווען איז געווען די מעשה? ווען איז עס געשעהן? ווער האט עס מפרסם געווען???

אה! די אומקלארע תגובה האט זיך אויסגעקלארט, ס'איז אמת'דיג שיין פון דיר אז דו האסט זיך באמיהט צו פארריכטן גאנצע דריי מאל, א ברכה אויף דיין קעפעלע.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 6:10 pm
דורך gehlungen
ראשעקאל האט געשריבן:מיט די אלע מעלות וואס די אינטערנעט שטעלט פאר – דאס אז פלעינע מענטשען קענען אויסדריקען זייער מיינונג, און נישט נאר די "עליטע" קענען זיך לאזן הערן אין די צייטונגען, איז אויך דא א שרעקליכע חסרון. און מיט "שרעקליכע" מיין איך זייער א שרעקליכע. אין דאס איז אז מ'קען אין איין רגע אפשעכטן א מענטש'ס לעבן מיט אים באשמיצן אויף גארנישט!
יעדער קען די מעשה פון יענער וואס א געשריגן אויף איינעם "דיין טאכטער האט מזנה געווען!!!" האט ער געענטפערט "איך האב ניטאמאל א טאכטער!" האט דער שרייער צוריקגעזאגט "דאס וועסטו שוין ענטפערען פאר די גאס!!!"
דאס זעלבע לעינינינו – אויף די אינטערנעט קען מען שרייבען די געמיינסטע זאכן אויף א מענטש, אים באשמיצען פאר די גאנצע וועלט, און ניטאמאל האט מען א וועג וויזוי געהעריג צו ענטפערן, און דערגרייכן אלע מענטשען וואס האבן געליינט די בלבולים!
א קורצע צייט צוריק איז א היימישע וויליאמסבורגער איד געגאנגען אויף די גאס, און פינקט איז דורכגעגאנגען עפעס א פאטאגרעפער וואס צייכענט זיך אויס אפצוכאפן בילדער פון אונטערסאנטע געשעענישען. האט די פאטאגרעפער געזעהן אונזער חסיד'ישע אידל, און פונקט איז לעבן אים דורכגעגאנגען א שווארצע גויטע פון סודאן.
איז די פאטאגרעפער בייגעפאלן צו מאכן א אינטערסאנטע בילד פון דעם חסידישע איד לעבן די סודאנע פרוי. וואס איז זייער אינטערסאנט וועגן די קאנטראסט פון א ווייסער מענטש קעגן א שווארצע, א מאן קעגן א פרוי, א מענטש אנגעטין ווי א חסידישע איד קעגן די גויטע אנגעטון מאדערען, א.א.ו.
אונזער אידל איז אביסל א שעמעדיגער, און ווען די פאטאגרעפער האט אים געבעטן צו מאכן א בילד האט ער געשעמט אפצוזאגן, און נאכדעם האט ער באמערקט אז די פאטאגרעפער בעט נאך איינעם צו שטיין לעבן אים. ווען ער האט באמערקט אז ס'איז א גויטע האט ער נישט אפילו געהאט צייט צו טראכטען וואס צו טון און אין איין סקונדע האט זי ארויפגעלייגט איר האנט אויף זיין אקסל און מ'האט געכאפט די בילד.
דער איד זאגט אז ער איז געוועהן אזוי פארלוירן אז די פאטאגראפער האט צוגעשטעלט די פרוי צו זיין בילד, אז ער האט נישט אפילו געכאפט אז זי האט געלייגט די האנט אויף זיין אקסעל. ער האט נישט געוויסט דערפון ביז.... ביז.... ביז אונזער אינטערנעט קומט אריין אין בילד....
עס איז נאך דערווייל נישט קלאר ווער דער רשע און שקרן איז דא, צי די סודאנע גויטע צי די פאטאגרעפער, אבער די פאטאגרעפער האט ארויפגעשטעלט די בילד אויף די אינטערנעט, און האט פארקויפט אז די גויטע האט אים דערציילט אז דער איד האט איר געוואלט צורעדן צו אן עבירה ח"ו. די דאזיגע שמוציגע מעשה האט ער געלייגט לעבן די בילד פון דעם איד, און מיט דעם אים באשמוצט איבער די גאנצע וועלט.
עס איז ממש א ווייטאג, און עס דערציטערט די הארץ ווי מ'קען אזוי חרוב מאכן א מענטש לעולם ועד על לא עול בכפיו. אזא זאך קען געשעהן צו יעדעם פון אונז!! אז מ'האט פשוט די ביטערע מזל אריינצופאלן צו זיין פינקט אין די נישט גוטע צייט אויף די נישט גוטע צייט, און מ'ווערט א רגע פארלוירן, קען מען דערנאך זיין א קרבן פון א אומפארשעמטע רשע!

Wait a minute How do you now for sure its not true btw if it is true You must admit job well done :גוווט: :like

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 6:35 pm
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:א קורצע צייט צוריק איז א היימישע וויליאמסבורגער איד געגאנגען אויף די גאס, און פינקט איז דורכגעגאנגען עפעס א פאטאגרעפער וואס צייכענט זיך אויס אפצוכאפן בילדער פון אונטערסאנטע געשעענישען.

פונעם בילד זעהט מען קלאר אז ס'איז נישט געווען אין גאס, ווי יא ווייס איך נישט (קוקט אויס ווי עפעס א גוי'אישע פלאץ).
ראשעקאל האט געשריבן:דער איד זאגט אז ער איז געוועהן אזוי פארלוירן אז די פאטאגראפער האט צוגעשטעלט די פרוי צו זיין בילד, אז ער האט נישט אפילו געכאפט אז זי האט געלייגט די האנט אויף זיין אקסעל. ער האט נישט געוויסט דערפון ביז.... ביז.... ביז אונזער אינטערנעט קומט אריין אין בילד...

איך קען גראדע דעם איד, און ס'איז א מצוה דן צו זיין לכף זכות, אבער איך מוז טרעפן עפעס א צווייטע לימוד זכות ווייל לויטן בילד איז נישט מסתבר אז ער האט נישט געפילט, נאכדערצו אויף אזוי ווייט אז ער האט נישט געוואוסט ביז ס'איז ארויף אויפן אינטערנעט.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 6:52 pm
דורך שמואל הלוי
מיין לימוד זכות אויף דעם איד איז אז ער האט יא געפילט אבער ער האט נישט געוואוסט אז זי איז א פרוי.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 7:33 pm
דורך ידען
בילדער אהער בילדער אהין. ווי זענען די בילדער? די קליפס?

ווילסט עס נישט לייגן דא ברבים? שיק עס צו מיר private.

Thanks

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 12:02 pm
דורך ידען
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:איך ווייס ב"ה נישט פון וואס מ'רעדט דא, אבער ס'איז טאקע שוידערליך וואס מ'קען טאן מיט א מענטש, אים אומגליקליך מאכן פאר דער רעשט פון זיין לעבן.
ראשעקאל, איך מיין אז איר האט פליכט מפרסם צו זיין די אמת'ע געשיכטע איבעראל וואו דער בלבול איז נתפרסם געווארן. אזוי כאטש אביסל אפטאן דעם ביטערן שאדן וואס איז געשאפן געווארן.

נאכן זעהן די בילד קען מען נישט זאגן בעסער ווי זיך איינרעדן אז סע א פאלטשע בילד.

נישט שייך מפרסם צו זיין אמתע געשיכטעס ווען די בילד איז זייער קלאר אז א היימישע מענטש שטייט שעמעדיג און אויף זיין פנים איז דא א ברייטע דערשראקענע שמייכעל ווען אין זיין זייט שטייט א מיאוסע הויכע שווארצע גויטע און איר לינקע האנט איז ברייט ארויפגעלייגט אויף זיין אקסעל און א טראפקעלע אריינציהר... וועם וויל מען איינרעדן אז ער האט נישט געפילט איר האנט?

בנוגע וואס זי פארקויפט אז ער האט איר געוואלט צאלן 500 פארן פארברענגען ... מיט איר און ווען זי האט אפגעזאגט איז ער ארויף ביז 1000 איז מסתם א ליגענט. כמיין?! מע דארף שוין זיין צו שטארק משוגע צו צאלן אזא פרייז פאר אזא מיאוסקייט...

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 12:35 pm
דורך געפילטע פיש
על טעם וריח...

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:13 pm
דורך John Doe
אפשר פאר 500 צו 1000 דאללער וואלט ער געקענט אונטערקויפן דעם פאטאגראפיסט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:25 pm
דורך שמואל הלוי
ידען האט געשריבן:בילדער אהער בילדער אהין. ווי זענען די בילדער?

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:35 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט אויב ס'איז גערעכט ארויפצולייגען די בילד , אפילו פארמעקט

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:38 pm
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס'איז גערעכט ארויפצולייגען די בילד , אפילו פארמעקט

גערעכט וואלט געווען ווען דו עפענסט בכלל נישט די אשכול, האסט דאך אבער יא געעפענט און דערמיט שטארק נייגעריג געמאכט דעם עולם פון וואס די רעדע איז דא, אלזא קום נישט מיט קיין טענות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:40 pm
דורך [NAMELESS]
שמואל הלוי האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס'איז גערעכט ארויפצולייגען די בילד , אפילו פארמעקט

גערעכט וואלט געווען ווען דו עפענסט בכלל נישט די אשכול, האסט דאך אבער יא געעפענט און דערמיט שטארק נייגעריג געמאכט דעם עולם פון וואס די רעדע איז דא, אלזא קום נישט מיט קיין טענות.

די בילד איז שוין עניוועי געוועהן זייער שטארק צושפרייט. דארף מען כאטש ערגעץ לייגן די עכטע מעשה אז מ'זאל וויסן וואסערע שייגעץ שטיק מען האט געטון מיט א וואוילע איד!!