בלאט 1 פון 1

forex

נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 4:32 am
דורך איש עברי
איך ווייס נישט צו עס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אמאהל בין כותלי השטיבל איך האב עכ"פ נישט געטראפען וויל איך ווידמען א אשכול איבער דעם.
סאיז דא היינט אסאך קאמפאניס וואס געבן די כלים צו טרעידן מיט אויסלענדישע וואלוטע'ס, די פארעקס מארקעט איז די גרעסטע מארקעט אין די וועלט אסאך גרעסער ווי די סטאק מארקעט און איז אויך אסאך מער ווייברענט, עס גייט ארויף אין אראפ יעדע סעקונדע.
עס איז דא אסאך וועב-סייט'ס וואס שטעלן צו א פלעטפארם צו טרעידן און זיי געבן אפילו אויך א ליין אפ קרעדיט צו קענען האנדלן, און אזוי אויך אפשאצונגען איבער טרענד'ס און איידיעס וויאזוי צו טרעידן.
למעשה די קאמפאניס ברענגן איבער מענטשן וואס זענען געווארן מיליאנערן און ווידעראום די געוועב איז פול מיט מענטשן וואס ווארענען אז די גאנצע טרעיד אין פארעקס איז א סכנה און איז צו איינגעשטעלט.
למעשה קען איך א יונגערמאן וואס די מזל האט אים געשפילט און האט שיין פארדינט אויף פארעקס, אבער איך האב פרובירט און סאיז מיר נישט געגאנגען.
איך וויל הערן וואס דער עולם זאגט, איז דא איינער דא וואס האט פארדינט? פארלוירן?
ווייסט איינער פראקטישע עצות וויאזוי צו כאפן א זיכערע טרענד? זיכערע וועגן וויאזוי צו האנדלען, אוודאי מיין איך נישט אינגאנצן אוועקנעמען די ריסק אבער א וועג וויאזוי מען קען האנדלען באלאנסירט און זעהן אפאהר דאללער

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:47 am
דורך איש עברי
איז דא איינער דא ואין שטיבל וואס האט ערפארונג מיט פארעקס און פארדינט אדער פארלוירן אין דעם שפיל? איך מיין אז טאמער מען קען מיטטיילן טיפס און עצות קען מען העלפן איינר דעם צווייטן ווייל די מארקעט האט ריזיגע פאטענציאלן

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 5:09 am
דורך איך אויך
ריזיגע פאטענציעל זאלסט פארלירן דיינע הויזן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 6:04 am
דורך איש עברי
עס איז נאריש אזוי צו זאגן ווייל אויף יעדער מענטש וואס פארלירט אין דעם איז דא איינער וואס פארדינט ממילא איז אייביג 50/50 שאנס, און טאמער האט מען קלוגע און גוטע טאקטיקעס און סטראטעגיעס קען מען ארויסנעמען אסאך געלט