בלאט 1 פון 1

מלמד׳ס hotline

נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 3:48 pm
דורך קינות גירושין
שוין א שטיק צייט וואס איך מיטשע זיך מיט די פראבלעם, ווען איך לערן מיט מיין אינגעל, ווייס איך נישט וויפיל צו פארלאנגען פון עם, כווייס דאך נישט וויפיל זיין רבי האט פארגלערנט אין חדר, און אסאך מאל מאכט זיך א אנדערע פראבלעם, אז כוויל עם עפעס מסביר זיין אבער כוועל נישט טרעפן די ריכטיגע ווערטער עם דאס צו מסברן, שפעטר סוף וואך ווען מיין אינגעל קען שוין די שטיקעל גמ זעה איך ווי גוט און קלאר זיין רבי האט דאס מסבר געווען (סאיז פשט, אז זיי זענען בעסער גלערנט וויאזוי צו מסבר זיין פאר א אינגעל אין די יארגאנג)
האב איך גקלערט אז סוואלט ווען גקענט זיין א געוואלדיגע תועלת אז די רבי זאל אריין זאגען די וואכעדיגע שיעור איו א האטליין, אז די טאטעס זאלן דאס הערן און סוואלט אויף געטון 1) אז דער טאטע ווען ער וויל איבערלערענען מיטן קינד זאל ער האבען די ריכטיגע ווערטער 2) דער טאטע זעל וויסען וויפיל די קינד האלט למעשה מיט די שיעור 3) פאר די טאטעס וואס סקומט זיי שווער אן זיך פארצוקוקען די גמ כדי צו קענען פארהערן די קינד סוף וואך קען זיך דורך דעם העלפען

נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 3:50 pm
דורך קאווע טרינקער
'ך גלייב נישט אז רבנים וואלטן דאס צוגעלאזט, ס'קען נאך אנקומען צו דעם חלילה. http://en.wikipedia.org/wiki/Flip_teaching

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:37 pm
דורך קינות גירושין
קיינער גלייכט נישט די איידיע?

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:15 pm
דורך פאטעטא טשיפס
עס איז גראדע דא א חסיד'ישע חיידער אין מאנסי [וואס ווי באוואוסט איז דארט דא מער "שניי טעג", ווי טעג וואס ס'איז יא דא חיידער... האבן זיי איינגעפירט דעם האטליין] וואס פארמאגט אזא האטליין --- ממנו ילמדו וכן יעשו!!!

יעדער מלמד פארמאגט א באזונדערע קנעפּל וואו ער לאזט איבער א קורצע מעלדונג צו די קינדער פון זיין קלאַס, חיזוק אד"ג און וואס מ'ברויך לערנען אינדערהיים. יש עוד פרטים ואכמ"ל כאן מפני שיור הגליון...