א בליק אויף צוריק: פרענומעראַנטען פון אמאל

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

א בליק אויף צוריק: פרענומעראַנטען פון אמאל

שליחה דורך פאטעטא טשיפס »

[center]א בליק אויף צוריק: פרענומעראַנטען פון אמאל[/center]
[center]דער מאדנע פארצייטישע מעטאָד וויאזוי מען פלעגט זאמלען 'מעות קדימה' אבאנענטן[/center]
[center]ארייינפיר:[/center]

לאמיר זיך ארויסלאזן אויף א ווייטע שפאציר, אין די נישט-ווייטע פארגאנגענהייט, ווען אונזערע אור-עלטערן האבן נאך געוואוינט אין די פארצייטישע דערפער אין אייראפע. ב"ה עס איז היינט א פארגעשריטענער וועלט, די פרימיטיווע דרוקערייען פון דעם פריערדיגן יאר הונדערט זענען א פארגאנגענהייט; מאכטפולע קאמפיוטערס און פארגעשריטענע לעיזער פרינטערס האבן איבערגענומען דעם אויבנאָן. ווען עס האט אמאל גענומען לאנגע יארן און שווערע הארעוואניע צו דריקן א חיבור, קען מען היינט דרוקן ספרים אויפ'ן א הערליכע פארנעם ס'שייך אין די קלענסטע צייט-אפשניט.
יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, טרעפט מען צווישן די מעלדונגען אויפ'ן וואנט פון ביהמ"ד, אז מען טוט צוזאמנעמען 'מעות קדימה' פאר א פרישע ספר וואס איז ערווארטעט ארויסצוקומען אין די נאנטע טעג. לויט דער שיטת הרא"ש קענט מיר מקיים זיין דעם מצוה פון 'ועתה כתבו לכם את השירה הזאת' – מצות 'כתיבת ספר תורה' דורכ'ן אפקויפן א זכות אינעם דרוקן פון א ספר. אנדערע אמבּיעזע מחברים גייען ארום אין די בתי מדרשים צווישן די מנינים איינצושפאנען דעם ברייטע ציבור צו איינצאלן 'מעות קדימה' פאר זייער נייער חיבור...
דאס איז היינט צוטאגס. אין דער אלטע היים, אויב האט א מחבר געוואלט ארויסגעבן א חיבור און געוואלט איינקאסירן 'מעות קדימה' געלט, איז דאס געווען א קאמפליצירטע אונטערנעמונג. אלזא, לאמיר איינשפאנען דעם פערד און וואגן – אנטשולדיגט, אייער אויטא... – און זיך ארויסלאזן אויפ'ן וועג...

***

מיט אפּאר הונדערט יאר צוריק איז געווען א פארשפרייטע מנהג ביי מחברים, בעיקר די רבנים, זיך ארויסצוהעלפן ביים ארויסגעבן א חיבור דורך צוזאמנעמען פון פאראויס געלט ביי די פּאָטענציעלע קונים. היות דער מחבר האט נישט פארמאגט די אסטראנאמישע סומעס וואס עס פארלאנגט זיך צו דעקן די דרוק-הוצאות ביים דריקן א ספר און אין דער זייט זאל אויך איבערבלייבן א שטיקל הכנסה. און אזויווי אז אין זיין שטאט האט ער נישט געהאט קיין האפענונג צונויפצוקלויבן גענוג געלט, האט ער פאר דעם צוועק זיך ארומגעקלעטערט באזוכן די ארומיגע מקומות פון זיין שטאט און גאנץ אפט אויך גאר ווייטע אידישע ישובים.

דער געווענטליכע שטייגער איז געווען אז דער מחבר פלעגט אריינגיין צום רב פון שטאט וואו ער האט געוואלט צוזאמנעמען אבּאָנענטן (חותמים) פאר זיין חיבור און ווייזן זיין כתב יד. אויב דער מאַנוסקריפּט האט שוין געהאט הסכמות פון אנדערע רבנים אדער דער רב אליין האט געזעהן אז דער חיבור איז ברוח התורה און איז ווערט געדרוקט צו ווערן, פלעגט דער רב דאן שטעלן צוויי בעלי בתים מיט דער אויפגאבע אים צו באגלייטן ביים קלויבן חותמים אויף זיין נאך נישט-געדרוקטע חיבור.
די נעמען פון די מענטשן וואס האבן באצאלט פון פאראויס, אדער האבן כאטש געגעבן האנט געלט, פלעגט דער מחבר פארשרייבן ביי זיך און גלייכצייטיג זיך פארשריבן די שטאָט און נישט זעלטן אויך דעם טיטל פון אבּאָנענט. ביים אפדרוקן זיין חיבור פלעגט דער מחבר פארעפנטליכן עפ"י רוב ביים סוף פונעם ספר די נעמען פון די חותמים און דאס פלעגט מערסטנס זיין אויסגעשטעלט לויט זייערע שטעט. די דאזיגע אנגעגעבענע נעמען אויף ספרים זענען די "פרענומעראנטן רשימות" מיט וואס מיר פארנעמען זיך.

פון וואו שטאמט דעם אויסדרוק?

דער ווארט "פרענומעראנטן" איז נישט קיין ריין-אידישע ווארט; נאר עס איז גענומען געווארן פון די קריסטליכע ביכער, וואס די פארפאסער פון זייערע ביכער האבן זיך אויך באנוצט מיט'ן דאזיגן מיטל פון פינאנצירן זייערע דרוקעריי-פראיעקטן. אבער ביי זיי איז דאס נישט געווען אזוי פארשפרייט און סוקסעספול, ווי ביי אידן.

פרענומעראנטן איז געווען א א פרעמד ווארט און שווער צו ריכטיג אויסלייגן די אותיות פאר אסאך רבי'שע מחברים, דעריבער קען מען טאקע זעהן אפט מאל ווי עס איז אויסגעלייגט אויף אן אינטערסאנטע וועג. טייל מחברים האבן איינפאך גענוצט דאס ווארט 'חותמים' אדער 'המתנדבים בעם'. געציילטע אנדערע האבן מקדים געווען: "ואלה שמות"; "שמות נתנו מראש"; "תומכי דאורייתא; אדער "הטיבה ה' לטובים".

־־־> פארזעצונג קומט אי"ה אין א קומענדיגע געלעגענהייט...
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

וואו איז [tag]קופערניקוס[/tag]? :lol:
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

ונבנתה העיר האט געשריבן:וואו איז [tag]קופערניקוס[/tag]? :lol:

אפשר קען איך אויך פארשטיין דער זשאוק?... :roll:
(- - -)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

עס איז זיינס א פעיוואריט נושא, בכלל איז עס א גאנגבארע ארטיקל.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

צווייטע טייל:

שליחה דורך פאטעטא טשיפס »

[center]דא האט איר די צווייטע טייל פונעם ארטיקל; א גרויסע ייש"כ פאר אלע וואס האבן מעיר געווען אין דעם אשכול.[/center]

[center]דער ערשיינונג פון פרענומעראנטן[/center]

פון ווען אן קען מען רעכענען דעם מקור פון די מנהג פון דרוקן "פּרענומעראנטן רשימות" אין ספרים? לויט די ידיעות פון דער שרייבער פון די שורות איז די בראשית-דאַטאַ פון אזא מנהג ארום דעם אנהייב לעצטן פערטל פון אכצענטע יאר-הונדערט, ווען די ליסטעס האבן אנגעהויבן צו ערשיינען אין די מאסן. עס דארף באטאנט ווערן אז ווען מען רעדט וועגן "פּרענומעראנטן רשימות" דארף מען באמערקן צוויי פונקטען: 1) עס רעדט זיך דא בלויז פון געדרוקטע רשימות, אבער געקליבּן "פּרענומעראנטן" אן דרוקן די נעמען האט מען שוין זיך שוין געפירט א לאנגע צייט פאר דער אנגעגעבענע אינפארמאציע. 2) דא רעדט מען אויך נישט פון מעצענאַטן (עשירים) און נדבנים, וואס האבן מיט גרעסערע סכומים ערמעגליכט א מחבר ארויסגעבן א ספר. דאס קען מען שוין געפינען אין ספרים מיט צענדליגע יארן פריער ווי די אנגעגעבענע אינפארמאציע.

דא רעדן מיר אויך נישט פון אזעלכע ספרים וואס מען האט זיך פרענומערירט אויף זיי "בויגנווייז". דאס מיינט אז די שטייגער איז געווען אז מען פלעגט זיך קענען איינהאנדלען יעדע פאפיר באזונדער און האט באקומען דער ספרים איינציגווייז יעדע וואך אדער צוויי עטליכע זייטן פונעם ספר און ווען מערן האט ערהאלטן אלע בויגענעס פון ספר האט מען דאס פילייכט געבינדען אין פארעם פון א ספר - דאס אלעס האט זיך אבער געוואנדען אין די שנעלקייט וואס מען האט געדרוקט דעם ספר. אזא סארט פרענומעראנטן איז עלטער ווי די אויבנדערמאנטע אינפארמאציע, א ביישפיל איז די "מחזור אמסטערדאם", וואס אין איר 'התנצלות המדפיס' שטייט ווי פאלגענד (איבערטייטשט אויף אידיש): "איך מוז מודה זיין אז איך בין נאר א שליח פון די מזכה הרבים, דאס זענען די יחידי סגולה וואס העלפן מיר בחתימת ידיהם און קומען יעדע וואך אפנעמען דער חיבור בויגנווייז". אין יאר תצ"ג האט ר' שלמה זלמן לאָנדאָן אויפ'ן זעלבע אופן ארויסגעגעבן אין אמסטערדאם דעם באקאנטע מוסר ספר "אורחות צדיקים". די ערשטע דרוק פונעם תשב"ץ (געדרוקט אין אמסטערדאם, תצ"ח-תק"א) פארמאגט אויך חותמים אבער ס'רוב זענען נאר קצינים, נדיבים, גבירים און דאס גלייכן און שטעלט נישט פאָר מיט זיך די כלליות'דיגע בילד פון פרענומעראנטן ליסטעס מיט וואס מיר פארנעמען זיך.

עס שטעלט זיך פערצופאל ארויס אז די בויגן-פרענומעראַציע איז נישט שטענדיג געווען אזוי סוקסעספול מיט הצלחה. ביישפיל ווי עס פארציילן די ארויסגעבער פון די ש"ס אמסטערדאם (אין מסכת נדה, תקכ"ה) אז דער 'עיכובא בש"ס' - דער אורזאך אונטער דעם אפהאלט וואס האט פארזוימט דאס דרוקן פון דעם ש"ס איז צוליב דער קליינע צאל חותמים וואס האבן זיך פארשריבן דערויף. מען האט דעריבער געדארפט אנקומען צו מעצענאַטן (גבירים) צו פארענדיגן דרוקן דעם ש"ס.
ענליך איז געווען דער גורל פון די 'פירוש נחמד' אויף תלמוד ירושלמי פון ר' בנימין מוסאַפיאַס וואס האט געדארפט געדרוקט ווערן בשנת תק"א לפ"ק מיט חתימות אבער איז נאך ביז'ן היינטיגן טאג נישט געדריקט געווארן.

[center]גרויסע הצלחה פון די פרענומעראציע-סיסטעם[/center]

די פרענומעראציע סיסטעם מיט איר מאסן דערשיינונג, ווען די מחברים האבן געהאנדלט דירעקט מיט די איינקויפער, האט געהאט א קענטיגן חלק אין בארייכערן די אידישע ספרים ליטעראטור - אבער נישט קיין ביכער.

די סיבה פאד די הצלחה פון די פרענומעראַציע פון די רבני'שע ספרים איז א פשוטע. וויבאלד קויפן א ספר ווערט גערעכנט ווי מען איז מחזק הרבצת התורה - א גרויסע מצוה וואס אפילו די פשוט'ע עמך איד האט זיך געיאגט מקיים צו זיין. טויזנטער פון די חותמים האבן זאָגאַר זיך נישט געקענט באנוצן מיט אסאך פון די פרענומערירטע ספרים - אבער זיי האבן פאקטיש נישט געקויפט דעם ספר נאר פאר איינע סיבה מקיים צו זיין די מצוה פון קויפן א ספר און אין איינוועגס נאך מקיים זיין די מצוה פון "הרבצת התורה". און דערצו איז דא נאך א טעם: דעם געדאנק פון דאס אפדרוקן דעם אייגענעם נאמען אין א הייליגע ספר איז ביי אסאך אידן אויסגענוצט געווארן פאר הזכרת נשמות, ווי אויך פאר א סגולה אויך פאר לעבעדיגע. מיר געפינען טאקע ווי פרענומעראנטן גיבן "להזכרת נשמת"; "לעילו נשמת"; "ויפקדהו הא-ל בזרע אנשי"ם אדער "ויפקדהו הא-ל בבנים זכרים" און דאס גלייכן. עס איז - אלזא - נישט קיין וואונדער פארוואס אנשטאט דאס ווארט 'פרענומעראנטן' ווערט גענוצט דעם טיטל פון "תומכי דאורייתא".

אין יאר תשל"ה איז ערשינען פון ניו-יארק א ספר מיט'ן נאמען "ספר הפרענומעראנטן" באצייכענט אין איר שער בלאט קעפל אלץ א "וועגווייזער צו פרענומערירטע ספרים און זייערע חותמים פון 8,767 קהילות פון אייראפע און צפון-אפריקע". אין זיין הקדמה צייכענט דער מלקט אָן אז לויט זיין חשבון
א פערציגסטל פון זיין גאנצע מאטעריאל - איז די צאל פון זיינע פרענומעראנטן ארום 353 טויזנט (!). דערנאך רעכנט ער ארויס קורצע ליסטע פון "מחבר'ישע תירוצים", ד.מ. תירוצים וואס מחברים האבן זיך פארענטפערט פארוואס זיי פארעפנטליכן נישט זייערע "פרענומעראנטן", וואס ווען נישט דאס וואלט די צאל פון פרענומעראנטן פון זיין חיבור מעגליך דערגרייכט צום סומע פון א האלבע מיליאן נעמען. עס איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביים ענדע פון ספר האט דער מחבר אריינגעלייגט א מפתח אויסגעשטעלט לויט די נעמען און שטעט.

[center]די גרויסע ענין פון פרענומעראציע[/center]

דער עצם פארעפענטליכן די נעמען פון די פרענומעראנטן איז מאטיווירט געווארן מיט א מצוה, פאררופן אויף גאונים און גדולים. אין מסכת אבות וואס ר' נח חיים מקאברין האט ארויסגעגעבן (ווארשא, תרכ"ח), ווערט מאטיווירט דאס אפדרוקן "שמות ומקבלי הספר" אזוי: "הרשב"א בתשובה סי' תקפ"א - מדת התורה היא שהיא כותבת ומפרסמת עושי מצוה, ואם התורה עשתה כן, צריכין אנו להלוך אחרי מדותיה של תורה".

אין ספר "כנפי יונה" לרמ"ע מפאנו ברענגט דער ארויסגעבער אנדערע ווערטער פון רשב"א: "ובפ' יש נוחלין דף קל"ג עמדו וכתבו יוסף בן יועזר הכניס אחת ובניו הכניסו שש, מכאן אתה למד שהיו נוהגין לרשום שמות המקודשים לשמים להיות להם לזכרון טוב על מצות". ר" עזרא אלטשולער אין "תקנת עזרא" (פיעטרקוב, תרצ"א) ברענגט אין נאמען פון הגאון בעל "סמיכת לחיים" צען מצוות, וואס זענען פארבינדן מיט העלפן ארויסגעבן א ספר. טיילמאל האט זיך עס געהאנדלט איבער דער פשוט'ער מצוה פון צדקה, נעמליך, ארויסצוהעלפן א געפאלענעם תלמיד חכם, זיין אלמנה אדער אנדערע פון זיינע בני בית, ווי א ביישפיל קען דינען די "מכתב תעודה" פון הגאון הגדול מבריסק זי"ע, וואס ווערט געברענגט אין ספר "דבר תורה" (ר' אלקים געציל לעוויטאן, ווארשא תרע"ג): הרב המאוה"ג המפורסם בתורתו ויראתו ר' אליקום געציל זצ"ל הניח אחריו אשה ושתי בנות בלי שום משען ומשענה ומלבד שהבנות גדולות וראויין להנשא עוד אין להן אף לחם יומם ואובדים בענים ואין להם דרך אחרת כי אם להוציא לאור כתבי-יד אביהם המלאים תורה ויראה ומוסר וחזקה על גברא רבא דכוותי'... ולמטרה זו נוסעת אשתו אלמנתו הנוכחית מרת שיינא ת' לקבל פרענומעראנטין בתקותה כי ירבו הקונים להביא ברכה לתוך ביתם".
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

בויגן פרענומעראנטען

שליחה דורך פאטעטא טשיפס »

[tag]אבטולמוס[/tag] בויגן פרענומעראציע האט געארבעט אזוי:

אנשטאט מען זאל איינצאלן פון פאראויס פאר'ן גאנצן חיבור, האט מען געצאלט און אויך געקריגן יעדן בלעטל באזונדער און דערנאך ווען מען האט ערהאלטן דעם גאנצע ספר האט מען דאס צאמגעבינדען.

דאס איז די דעפעניציע לויט ווי איך האב דאס פארשטאנען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאטעטא טשיפס האט געשריבן:[tag]אבטולמוס[/tag] בויגן פרענומעראציע האט געארבעט אזוי:

אנשטאט מען זאל איינצאלן פון פאראויס פאר'ן גאנצן חיבור, האט מען געצאלט און אויך געקריגן יעדן בלעטל באזונדער און דערנאך ווען מען האט ערהאלטן דעם גאנצע ספר האט מען דאס צאמגעבינדען.

דאס איז די דעפעניציע לויט ווי איך האב דאס פארשטאנען.

פאטעיטא טשיפס: נאר איין קליינע הערה. כדי קלאר צו מאכן דעם ענין איז כדאי צו באמערקן אז א בויגן (בויגן פרע-נומעראציע) איז נישט קיין בלעטל אדער עמוד. נאר זיבן עמודים. ווייל מ'האט גענומען אמאל (און אפשר היינט אויך) א גרויסן [b]בויגן [/פאפיר. און מ'האט עס איינגעקנייטשט צוויי מאל. א ראיה צו דעם איז, אז מ'זעהט אין די ווילנא ש"ס'ן, אונטן איז א יעדע פאר בלאט אנגעצייכנט אן אנדער אות פונ'ם אלף בית. מלא....אלף, בית,גימל, וכו'...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך יוסף שרייבער »

פאטעטא טשיפס האט געשריבן:[tag]אבטולמוס[/tag] בויגן פרענומעראציע האט געארבעט אזוי:

אנשטאט מען זאל איינצאלן פון פאראויס פאר'ן גאנצן חיבור, האט מען געצאלט און אויך געקריגן יעדן בלעטל באזונדער און דערנאך ווען מען האט ערהאלטן דעם גאנצע ספר האט מען דאס צאמגעבינדען.

דאס איז די דעפעניציע לויט ווי איך האב דאס פארשטאנען.


בעסער געזאגט יעדעס ''בויגען''. אבער וויפיל בלעטער יעדעס בויגען האט ענהעאלטען ווענד זיך שוין אין די סייז פונעם ספר אנגעהויבען אין 2 וואס איז ריזיג ביז 4 8 12 16 און 32 וואס איז א פיצינקע מינעטטשור. אויף ענגליש הייסט עס דאבעל פאליו, פאליו ,קוורטא א.א.ו. דהיינו דער בויגען פאפיר איז איינגעטיילט אין צוויי אדער 4 צו 16.

נעמטס אפיר סיי וועלכע אנטיק ספר וועט איר זעהט אז חוץ פון די מספר הדפים למעלה על הדף (וואס איז געווענליך בלה''ק אבער אסאך מאל נישט) איז דא אינטען אינמיטען פון יעדע פאר בלעטער אזא קאוד A1 , צו B3 און D4 וכד' דאס איז געווען פאר די גוישע ארבייטער וואס האבען כמובן נישט פארשטאנען וואס עס שטייט אינעם ספר זאלען וויסען ווי אזוי מסדר צו זיין די בויגען בלעטער על מקומם הנכון.

אז איר בליקט אינעם ספר בית עקד ספרים (וואס איז פאר יארען לאנג געווען די אולטימאטע טול פון א ביליוגראפער און עד היום לא נס ליחו) וועט איר זעהן אז ביי יעדע ספר ווס ער האט געהאלטען אין די האנט וועט ער לייגן א נומער מיט א קליינע באלי וואס איז די אינטערנאצינאלע סימן אויף די בויגען גרויסקייט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' יוסף שרייבער. שלום עליכם. איר זענט עפשער א קארעוו מיט ר' יוסל דר. אינטערשמייסר...?
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך יוסף שרייבער »

צו איך האב קרובים וואס שמייסען אונטער? קען זיין, איך בין מיך נישט נוהג בודק צו זיין וואס זיי טוהען בחדרי חדרים.

עכ''פ איך בין א אייניקעל פונעם הייליגען חתם סופר וואס האט כידוע געהייסען ר' משה שרייבער-סופר.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מ'דארף ליינען די גאנצע פאסט אינקלודינג די קאממענטס ווי עס ווערט דיסקוסט די מוסדות תבל'ס הערות אויף אונגארישע רבי'ס. מיינט ער טאקע די ישמח משה?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארשפארט