בלאט 1 פון 1
ראש לימבאו קאנטראווערסיע
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 11:59 am
דורך יידל
דער שטארק רעכטער ראדיא טאק-שאו האסט ראש לימבאו, האט פאראורזאכט א קאנטראווערסיע ווען ער האט גערופן א לאו סטודענטקע מיטן נאמען סאנדרא פלוק מיט דעראגאנדירענדע טערמינען. די מס. פלוק האט אויפגעטרעטן פאר קאנגרעס איבער די בורטה-קאנטראל ביל, און מסביר געווען פארווס זי שפירט אז דער רעגירונג דארף פארלאנגען פון איר אוניווערזיטעט צוצושטעלן געלט פאר בורטה-קאנטראל. לימבאו האט אין רעאקציע איר אנגערופן מיט פארשעמנדע טיטלן, און זיך דערנאך אנטשולדיגט אז דאס איז געווען א פרואוו צו זיין "humorous". א פאר אדווערטייזער אויף לימבאו'ס טאק-שאו האבן געזאגט אז זיי גייען אויפהערן אדווערטייזן.
Re: ראש לימבאו קאנטראווערסיע
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 12:33 pm
דורך Starbucks
ווער עס האט ארויס ראש לימבא ווייסט אז ער איז סתם א לץ, ער אליין האלט נישט פון זיינע פאזיציעס וואס ער פרעדיגט אויפן רעדיא. ער אליין שציטט שטארק בורט קאנטראל אין זיין פערזענליכן לעבן פאר זיינע אומצאליגע מוידן פריינט אזוי ווי ער וויל אבסעלוט נישט האבן קיין קינדער.
Re: ראש לימבאו קאנטראווערסיע
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:58 am
דורך דבילה
לימבאו זעט אויס ווי ער האט א סארט הומאר וואס ארבעט דאס בעסטע ווען ער באליידיקט א פאר מענטשן אויף'ן וועג!
לגופו של ענין איז דאך לימבאו אן היפאקריט פונקט ווי רוב אמעריקאנע רעכטע נוצרים וואס שטעלן זיך אנטקעגן מעדעצינישע מניעת הריון מיטלען. ווי זענען זייערע קינדער? בדרך נס איז דער משפחה-גרויס ביי די אלע ג-ט פארכטיגע מענטשן אייניג ווי ביי די סעקולארער מענטשן וואס טיען זיך יא באנוצן מיט מעדעצינישע מניעת הריון מיטלען!
Re: ראש לימבאו קאנטראווערסיע
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 1:01 am
דורך שמואל שלום שלמה
גראדע האט סענטארום 7 צו אכט קינדער. מאך נישט אזוי אוועק די ג-ט-פארכטיגע חסידי אומה"ע.
Re: ראש לימבאו קאנטראווערסיע
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 1:50 am
דורך רואיק
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:גראדע האט סענטארום 7 צו אכט קינדער. מאך נישט אזוי אוועק די ג-ט-פארכטיגע חסידי אומה"ע.
ער איז די גרעסטע היפיקריט. זיין רעבעצין האט געהאט אן אבארשאן צו ראטעווען איר לעבן אבער ער שטיצט א געזעץ וואס וועט מאכן אט די זעלבע אבארשאן אומלעגאל פאר אנדערע. חוץ מזה דארף מען זיך שטארק היטן פון אזעליכע יאשקע שווענץ.
Re: ראש לימבאו קאנטראווערסיע
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 1:56 am
דורך John Doe
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:גראדע האט סענטארום 7 צו אכט קינדער. מאך נישט אזוי אוועק די ג-ט-פארכטיגע חסידי אומה"ע.
מיט וואס איז ער מחסידי אומה"ע?