אריטמעטיק חלק ד

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

אריטמעטיק חלק ד

שליחה דורך פארוואס? »

אריטמעטיק חלק ד

״דער פאטענץ״
די אקט פון ארויפלייגן א נומער אין פאוער (חזקה/exponentiation/power) קען ווערן פאררעכנט אלס א טייל פון דאפלען.
אזוי ווי דאפלען איז עטליכע אקטן פון צולייגן אין קורצן, אזוי אויך דער פאטענץ איז דער אקט פון דאפלען אין קורצן.
ארויפלייגן נומער a אין פאוער b, מיינט צו זאגן אז דער נומער a איז b מאל א פאקטאר אינעם דאפלעריי.
ווי למשל:

קוד: וועל אויס אלע

2^3=2*2*2=8
3^2=3*3=9
2^7=2*2*2*2*2*2*2=128
7^2=7*7=49
5^3=5*5*5=125


דער נומער וואס ווערט געדאפלט, ווערט אנגערופן די ״באזיס״ פונעם פאוער. ווי למשל 3 פאוער 2, איז 3 דער בעיס.
און דער נומער פונעם פאוער, ווערט אנגערופן דער פאטענץ. (exponent).
(די וועג ווי אזוי עס ווערט געווענליך געצייכענט, איז דורך שרייבן קליין דעם פאטענץ אויף די רעכטע זייט העכער דעם באזיס, אבער איך וועל נוצן די ווייניגער באקאנטע צייכענונג, שרייבנדיג דעם באזיס און דערנאך ^ און דערנאך דעם פאטענץ).
ווען מען לייגט ארויף א נומער אין פאוער 2, באקומט עס א ספעציעלע נאמען, דער ״סקווער״, די סיבה דערצו איז זייער פשוט, וויבאלד, ווען מ׳ווייסט די לענג פון די זייט פון א סקווער, און מ׳וויל וויסן זיין שטח. דארף מען דאפלען די זייט אין זיך זעלבסט.
ווען מען לייגט ארויף א נומער און פאוער 3, באקומט עס א ספעציעלע נאמען ״קיוב״ (cube), און דאס איז אויך פאר די זעלבע סיבה.

דער געדאנק פון ״פאטענץ״ ווערט גענוצט זייער אסאך אין מאטעמאטיק, אבער עס קומט אויך זייער צונוץ ווען מען וויל שרייבן זייער גרויסע (אדער קליינע) נומערן, ווי למשל ווען מ׳וויל שרייבן:

קוד: וועל אויס אלע

1,000,000,000,000,000,000=10^18
40,000,000,000=4*10^10
350,000,000,000=3.5*10^11

און אזוי ווייטער…
שטעלט זיך נאר פאר ווען איהר זעהט אזעלכע נומערן ווי:
1000^10
דאס מיינט 1000 זירא׳ס נאכן 1.

אבער, ווי פארשטענדליך, קען מען שרייבן פאר יעדער נאטורליכע נומער, און עס באקומט די זעלבע באדייט.

(עס איז אויך דא א מושג פון פאוער פאר אומ-גאנצע אדער נעגעטיווע נומערן, אבער דאס איז שוין פאר או אנדערע געלעגנהייט).

דער כלל וואס גייט אן ביי דאפלען און צולייגן, גייט נישט אן ביי פאוער, ווי למשל:
3^5=//=5^3
ווייל:

קוד: וועל אויס אלע

3^5=243
5^3=125

און אזוי אויך:
7^2=//=2^7
ווייל:

קוד: וועל אויס אלע

7^2=49
2^7=128


אין אנדערע ווערטער, מ׳דארף וויכטיג צולייגן קאפ, וועלכע נומער שטייט לינקס (אדער אונטן), און וועלכע נומער שטייט רעכטס (אדער אויבן).
און אזוי אויך דער צווייטער כלל, גייט נישט אן ביי פאוער, ווי למשל:

קוד: וועל אויס אלע

3^(2^3)=//=(3^2)^3=3^2^3
ווייל:
3^(2^3)=6561
(3^2)^3=729

מען קען זיך אסאך ארומ-שפילן מיט דער דאזיגער אקט, אבער איך וועל נאר אויסרעכענען עטליכע כללים:
1). אויב דער בעיס איז די זעלבע ביים פאוער, דאן ווען מ׳דאפלט צוויי פאוערס, איינע אין די צווייטע, קען עס ווערן צאמגענומען און איין גרויסע פאוער, דורכן צולייגן די צוויי פאוער נומערן צוזאמען, ווי למשל:

קוד: וועל אויס אלע

2^3*2^5=2^(3+5)=2^8
2^1*2^3=2^(3+1)=2^4
7^3*7^9=7^(3+9)=7^12

2). אויב דער באזיס איז די זעלבע ביים פאוער, דאן ווען מ׳צוטיילט צוויי פאוערס, איינע אין די צווייטע, קען עס ווערן צאמגענומען און איין גרויסע פאוער, דורכן אראפנעמען די צוויי פאוער נומערן איינס פון די אנדערע, ווי למשל:

קוד: וועל אויס אלע

2^7/2^5=2^(7-5)=2^2
3^4/3=3^(4-1)=3^
3
3). ווען מען שרייבט א פאוער אויף א פאוער, קען מען דאפלען די צוויי פאטענצן, ווי למשל:

קוד: וועל אויס אלע

3^2^3=3^(2*3)
4^3^7=4^(3*7)

און אזוי ווייטער.

המשך יבוא…
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

אבטולמוס האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:2). אויב דער באזיס איז די זעלבע ביים פאוער, דאן ווען מ׳צוטיילט צוויי פאוערס, איינע אין די צווייטע, קען עס ווערן צאמגענומען און איין גרויסע פאוער, דורכן אראפנעמען די צוויי פאוער נומערן איינס פון די אנדערע, ווי למשל:

קוד: וועל אויס אלע

2^7/2^5=2^(7-5)=2^2
3^4/3=3^(4-1)=3^


פארוואס רופסטו עס "צעטיילן" (און נוצסט דעם "/" סימבאל)? איז עס נישט מינוס?

פארוואס? האט געשריבן:3). ווען מען שרייבט א פאוער אויף א פאוער, קען מען דאפלען די צוויי פאטענצן, ווי למשל:

קוד: וועל אויס אלע

3^2^3=3^(2*3)
4^3^7=4^(3*7)


דאס מיינט אז למעשה קען מען שרייבן:


?

בנוגע דיין ערשטע שאלה:
אויב מען נעמט צוויי עקספרעשנס, וואס ווערן עקספרעסט אלס די זעלבע באזיס, און מען וויל צוטיילן איינס אין די אנדערע, קען מען עס פשוט מאכן אויף אן אנדערע וועג, דורכן אראפנעמען די פאוער נומערן איינס פון די אנדערע.
למשל: איך האב 3^2 און 5^2, (וואס איז אויך 8 און 32), און מען וויל צוטיילן 5^2 אין 3^2, קען מען פשוט אראפרעכענען 5-3 וואס איז 2, און דער ענטפער וועט זיין 2^2.
פארשטאנען?
בנוגע די צווייטע שאלה:
יא. (מסתמא מיינסטו צו זאגן 21^4).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארשפארט