בלאט 1 פון 2
נביא בא לעיר! בואו בהמוניכם!
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 8:32 pm
דורך חכם עדיף מנביא
שלום עליכם טייערע אידן.
איך בין ניי דא אין שטיבל, און הגם וואס איך ליין שוין א לענגערע צייט, האב איך ביז היינט גארנישט געשריבען. כ'בין נבהל ונשתומם פון די מאס ידיעות און ברייטע קענטינישן וואס היימישע אינגעלייט האבן אין אזוי פיל ברייט פארצווייגטע נושאים און טאפיקס.
די זאך איז נאר אזוי: ס'זענען טאקע דא פארשער אין מדע, לייבן אין מאטאמאטיק, מומחים אין מוזיק, פילאזאפן אין חקירה און עקספערטן אין ליצנות-- אבער נביאים? דאס פילייכט נישט.
טאקע דערפאר בין איך דא.
אמאל מאכט זיך איינער האט א פראגע בדברים העומדים ברומו של עולם, איינער גייט דורך שווערע תקופות און זעהט נישט קיין וועג ארויס; איינער ווארט א קינד און וויל וויסן הזכר הוא אם נקבה; איינעם באדערט עפעס בעניני אישית און ברויך אן עצה פון א חכם/נביא אא"וו.
איצט, לא אלמן ישראל. ס'איז ב"ה דא א אויסוואל פון כמה וכמה ארגענאזציעס וואס ספעצעליזירן זיך אין הילף. אין דעם רעכענט זיך אריין תהילים כולל, כולל חצות, קופת העיר און שפרעכען די בליי א.ד.ג.
אבער אן אמת'ע ערליכע קליגע נביא? דאס איז שוין נישט לייכט צו טרעפן.
דערפאר קום איך הער מיט איין ציל: העלפן מיינע ברידער אין נויט.
רבותי, פארפאסט נישט דעם געלעגנהייט ווייל באלד פאר איך צוריק קיין צפת.
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 8:35 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אקעי וואס זענען דע ציפערן פאר'ן קומענדיגן לאטערי פאערבאל. ביטע ענטפערן אין אישי
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 8:37 pm
דורך רויטע וואנצעס
די מלאכים אין הימל זענען קראנק געווארן פון Sylvia Browne. מ'האט איר צוריק געשיקט צו אונז!!!
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:06 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס רופסט דיך נישט "נביא עדיף מחכם"?
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:11 pm
דורך לאליפאפ
די פיקטיווע נביא געשיכטע פאסט זיך מער פאר די יושבי חושך, מיר גלייבן נישט עקסטער אין די זאכן.
גיס אויס די קאווע, אדער טרינק עס ווי יעדן איינעם.
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:19 pm
דורך הוגה
וויפיל טשארדזשסט דו?
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:23 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:25 pm
דורך חכם עדיף מנביא
פיין. גוט צו וויסן ווער מיין קלייענטעל איז.
פינטעל איד שוין ב"ה א געהאלפענער;
רויטע וואנצעס פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס וויל; קאווע טרינקער פארשטייט אליינס נישט וואס ער וויל;
לאליפאפ שפילט זיך מיט פייער;
און הוגה- איטס פרי אוף טשארדז;
בעל עגלה- פינטעל האט שוין געוואנען. מעיבי נעקסטיים.
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
הוגה האט געשריבן:וויפיל טשארדזשסט דו?
מסתמא 250 ביטקאינס א שעה.
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:32 pm
דורך לאליפאפ
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:לאליפאפ שפילט זיך מיט פייער;
העי, נביא שקר.. איך שויער מיך יעצט
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:35 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:40 pm
דורך חכם עדיף מנביא
בעיקבתא דמשיחא חוצפה יסגי. נישט אז איך דארף ליינען פראוואקאטישע תגובות צו וויסן מי ומי ההולכים, ווייל איך ווייס דאך דברים שבלב אויכעט; נאר איך וויל אייך ווארענען באש וגפרית: הבדלו מתוך הניקס הרעים הללו.
דער לאליפאפ וועט מען צוקייען, און קיין שריד ופליט וועט נישט בלייבן. און דער בעל עגלה וועט נישט האבן קיין קונדען.
אלעס ביז חוצפה!
גראדע, פינטעל רעד פון די ישראל'ישע לוטו.
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:49 pm
דורך לאליפאפ
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:דער לאליפאפ וועט מען צוקייען, און קיין שריד ופליט וועט נישט בלייבן. און דער בעל עגלה וועט נישט האבן קיין קונדען.
אלעס ביז חוצפה!
[tag]גבאי שני[/tag] פערזענליכע אטאקעס נישט ערלויבט!
דער הויכגעשעצטער פראפעט איז נאך ניי דא, עס איז דא תקנות.. (וואלטסט געמעגט וויסן בנביאות!)
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:51 pm
דורך חכם עדיף מנביא
סארקאזם פארנעמט א הויעך פלאץ אין היכל הנביאות. עניוועי, מסירה איז אויך נישט ערלויבט.
כאפ א טשיל, ביטע.
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:51 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס האסטו געשיקט א ריסעט פעסווארד אימעיל ריקוועסט פריער ווען די האסט פארגעסען דיין נייע פעסווארד זיך איינשרייבן דא אין שטיבעל? נביאה ארבעט נישט אויף פעסווארדס?
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:52 pm
דורך לאליפאפ
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:סארקאזם פארנעמט א הויעך פלאץ אין היכל הנביאות. עניוועי, מסירה איז אויך נישט ערלויבט.
כאפ א טשיל, ביטע.
סארקאסטישע נביאים פארנעמען נישט קיין צוויי וועגיגע הומאר?
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:54 pm
דורך נולד מאוחר
איך גלייב אין נביאה און כבין גרייט צי הערן דבר ה' פון אייך.
וואס זענען די חטאים פונעם דור אויף וואס גאט צערענט?
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:55 pm
דורך חכם עדיף מנביא
אינטערנעט, נאום ה' אלוקים.
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
"סארקאסטישע נביא צוקייט א לאליפאפ" ווי איז [tag]סאשי פיש[/tag] ווען מ'דארף א בילד פון דעם.
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:03 pm
דורך לאליפאפ
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:אינטערנעט, נאום ה' אלוקים.
אוי וויי! די נארישסטע ענטפער וואס דו קענסט געבן יעצט בשעת'ן טרייען צו ווערן אויפגעפיקט! וואס ביסטו עדיף פון אלע נארישע רעבעלעך?
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:16 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:19 pm
דורך נולד מאוחר
לאליפאפ האט געשריבן:חכם עדיף מנביא האט געשריבן:אינטערנעט, נאום ה' אלוקים.
אוי וויי! די נארישסטע ענטפער וואס דו קענסט געבן יעצט בשעת'ן טרייען צו ווערן אויפגעפיקט! וואס ביסטו עדיף פון אלע נארישע רעבעלעך?
לאלי בוסט אזוי אנגעשטעקט.
איך האב פארשטאנן די נביאה ''אינטערנעט'' אז סדא מענטשען וואס שיידען זיך אפ און אסרן אינטערנעט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:20 pm
דורך elter-zeide
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס רופסט דיך נישט "נביא עדיף מחכם"?
ווייל לוטן סדר איז "נביא עדיף משוטה,