בלאט 1 פון 2

שטורעמישע פראטעסטן אין אוקריינע

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:02 am
דורך שעפטל
אונטערסאנט, די גאנצע וועלט ברענט און דא אין קאווע שטיבל איז שטיל... 

גאר שטורעמישע פראטעסטן קומען פאר אין אוקריינע נאכדעם וואס דער פרעזידענט וויקטאר יאנוקאוויטש האט באשלאסן זיך נישט אנצושליסן אויף א געוויסע אופן אין די "יוראפעאישען פאראיין", דער פרעזידענט שרייט אז די רעגירונג איז געקומען צי די מסקנא אז ס'איז נישט אין די אוקריינער אינטערעסען,‏ א חלק המון עם, האבן נישט ליב דעם באשלוס, און שרייען אז דאס איז צוליב די נאנטע ‏באציאונגען מיט פוטין פון מאמע רוסלאנד‏, און זענען ארויס אין די גאסען אין ווערטשאפטען אן א חורבן, ס'האלט שוין ביי צוויי און צוואנציג טויטע, אריינגערעכנט זעקס פאליציי, די פאליציי קומען אן מיט שטעקענעס און די פראטעסטירער ווארפן גרויסע שטיינער, צינדן אינטער אלעס וואס קומט זיי אונטער, שפארן אפ די הייוועיס, פארזאמלען זיך אין גרויסע פלעצער, זיי פרובירן צו פארכאפן א פאליציאנט און געבן אים מכות כדי להמית.

בילדער וועלן נאכפאלגן...‏

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:22 am
דורך מ גפני
נעכטן האבן די כוליגאנעס געלאזט אפפלאקערן א גאנצע גאס מיט בנינים אין צענטער פון קיעוו

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:07 pm
דורך שעפטל
האלט שוין ביי 25 טויטע

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=gnHmGxTDlxw[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:08 pm
דורך שעפטל
מ'ווארט אויף די פאליציי מיט סלינגשאטס

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MVeLuxG2rCM[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:09 pm
דורך שעפטל
ס'איז יום טוב...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZsBATskcCaA[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:11 pm
דורך שעפטל
פארוואונדערטע מענטשן

נישט פאר שוואכע הערצער
א מענטש ברענט.jpg
א מענטש ברענט.jpg (29.57 KiB) געזען געווארן 2599 מאל

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cG6C2aKWc7g[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:12 pm
דורך שעפטל
פאליציי כאפן מכות

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ie0rj0l85Q4[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:16 pm
דורך דער (פינטעל) איד
זאלן זיך דע נאציס אויסהארגענען אלע צוזאמען

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:23 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אמעריקע קלערט פון סאנקציעס קעגן אוקריינע

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:23 pm
דורך טיטאניק
סך הכל האבן זיי דאס געטין צי אינזערע זיידעס
למכה מצרים בבכוריהם
זאלען זיי רצחענען איינעם דעם צווייטען
אזוי וועט משיח האבען ווייניגער ארבעט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:45 am
דורך לייב פאללאק
נאך צען טויטע אריינגערעכנט א רופטלי רעפארטער

די פראטעסטירער זאגן אז זיי וועלן נישט אוועקגיין פון דארט מיטן אייכענעם ווילן

דא קעמען מיטהאלטן לייוו די עקשן פון דער הייעך
http://www.youtube.com/watch?v=pgIr4lehHEQ
אויך ווערט אין די זייט געפירט א אינטרסאנטע קאנוועריסעשין פון מענטשן ארום די וועלט ווי איר קענטזיך באטייליגן...
פוילישע און אונגארישע טענהן זיך ארום אויב די אי-יו איז בכלל א גוטע זאך....
א נעדערלענדער און אמעריקאנער האבן זיך אנגעשלאסן....

זיי שרייבן אז ס'דא סנייפער שאטינגס

די גאנצע פלאץ איז א שלאכט פעלד
מ'לויפט ארום מיט פאנצערס אנצינדן פייערס און ווארפן שטיינער
ספליען רעדלעך...
איך האב פריער געזען ווי מצינד אן א גרויס פייער אינמיטן... איינער לייגט יעצט צו ברענשטאף...

איינער שרייט עפעס אויף א מייק...

נאך א בילדינג ברענט שוין....

בקיצור סדא העווי עקשן....


און דא קען מען מיטהאלטן די העצערישע דרשות פאר ווער ספארשטייט אוקרייניש...
http://www.youtube.com/watch?v=Y_LFrMcoEm4
עטליכע הונדערט טויזנט האלטן מיט
יעדע דריטע ווארט איז "אינפארמאציא" אדער "באריקאדע".....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:19 am
דורך לאליפאפ
פפפוי! געעפנט דעם לינק און פונקט געזען ווי אפאר אוקריינער האלטן א קאפ, אזוי פלעין.. א קאפ!

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:11 am
דורך גם כי אלך
כ'האב געהערט גאנץ א שיינע אנאליז דורך שמעון ראלניצקי אויף קול מבשר 3-8 ער לויפט איבער די בלוטיגע היסטאריע פון די אוקריינאער רשעים און גיסט אויס זיין צארן אויף די אבאמא רעגירונג פארן זיך ארויסשטעלן אין שיצע פון די דעמאנסטראטן, א זאך וואס איז לדעתו א פאטאלע טעות וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א דורכפאל אין עגיפטן סוריע און נאך.

רעוואולוציענערן נעמן איבער אוקריינא

נשלח: מוצ"ש פעברואר 22, 2014 7:16 pm
דורך בשםואין
ק/פ

דעמאקראטיע פראטעסטירער זיגן אין קיעוו:
די ביז איצטיגע רעגירונג אין אוקריינא איז געפאלן.

נאך א וואך פון בלוטיגע של אכטן און איבער הונדערט טויטע האט די אוקריינישע פארלימענט ארויסגעשטויסן און אימפיעטשט דעם פרעמיער מיניסטער יאנוקאוויטש פון אמט מיט אלע זיינע מיניסטארן וואס האבן אנטייל גענומען און די אונטערדריקעניש און מארד פון די פראטעסטירער.

דער פרעמיער מיניסטער האט זיך פארשטעקט אויף א אומבאקאנט פלאץ, אומקראנטע קוועלער זאגן אז ער איז נעבן דעם רוסישן גרעניץ וואס אויב מ׳וועט אים וועלן כאפן און שטעלן צום געריכט זאל ער קענען אנטלויפן צו זיין פריינט וולאדימיר פוטין וועלכער איז זיין גרעסטע שטיצער.

דער פארלימענט האט אויך באפרייט פון טורמע דער אפאזיציע פירער יוליע טיימעשענקאו וועלכער דער אימפיעטשטער פרעמיער מיניסטער יאנוקאוויטש האט איינגעזעצט אין 2011 פאר קארופציע פארברעכנס נאכדעם וואס די אנקעטעס האבן געוויזן אז זי קען אים באזיגן אין די וואלן.

די בי.בי.סי. באריכטעט אז די פאליציי האט זיך צוריקגעצויגן צו זייערע סטאנציעס לאזנדיג די גאסן פריי פאר פראטעסטירער וועלכע האבן איבערגענומען קאנטראל פון אלע רעגירונג געביידעס.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 22, 2014 8:22 pm
דורך אפטעמיסט
אין פארלימענט

נשלח: מוצ"ש פעברואר 22, 2014 8:23 pm
דורך אפטעמיסט
/

נשלח: מוצ"ש פעברואר 22, 2014 10:21 pm
דורך לאליפאפ
איך האב שטארק ליב צו זעהן ווי שנעל וויקעפעדיע אפדעיט א פעידזש ביי אזא פאל. כאפטס א בליק אויף וויקטאר'ס פעידזש וואו זיי רעדן פונעם היינטיגן טאג אזוי ווי נישט היינט וואלט עס געווען.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 1:05 pm
דורך גם כי אלך
א מין צעדרייטע וועלט.
איבעראל ווערט מיטגעהאלטן לייוו וויאזוי די מערדערישע באנדעס פון פראטעסטירער פירן זיך אויף, זיי הרגנען בפועל ממש פאליציאנטן, מען ווארפט מאסיווע שטיינער, זיי דרייען זיך מיט שטעקנעס און האקן אויף די קעפ מיט בארבאריזים. אבער די רעגירונג טאר פארשטענדליך נישט גארנישט רעאגירן, ווייל דאן וועט זיי באדראען סאנקציעס מיט סטראשונגען פון די גאנצע מערב וועלט.

ענדליך האבן די באנדעס געזיגט, דער דעמאראטיש ערוועלטער פרעזידענט מוז אויפגעבן און אנטרינען ווערן, אצינד איז דאס לאנד הפקר פאר די אנארכיסטישע מערדער וואס האבן שוין אומגעברענגט א שיינע צאל מיליטער און פאליציי. און די וועלט ? זי באצייכנט די געשעעניש אלס א סוקסעס, אמעריקע איילט זיך צו באגריסן די אנטוויקלונגען און די אי. יא. פארשטייט זיך איז בגילופין, פוטין איז גאר דער משוגענער און דיקטאטור וואס נעמט זיך אן פאר זיין חבר יאנקאוויטש.

איר פארשטייט וואס דא טוט זיך ?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 1:53 pm
דורך ברסלבער
דאכט זיך אז די פראטעסטירער האבן נישט אנגעהויבן גלייך מיט שטעקענעס, זיי האבן קודם פרידליך פראטעסטירט שוין א שטיק צייט, איבער דעם וואס דער יאניקאוויטש האט גענומען פאר זיך צופיל רעכטן ועוד. און ווען זיי האבן געזעהן אז זיי רעדן צום דופן עקומה האבן זיי האבן אנגעהויבן נוצן די אנדערע שפראך וואס דאס פארשטייט יעדער. די וועלט האט אבער הערשט אנגעהויבן עכט מיטצוהאלטן די מעשה ווען עס האט זיך שוין אנגעהויבן די ערנסטע פאזע.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 2:06 pm
דורך גם כי אלך
ברסלבער קען זיין אין תוך ביזטו גערעכט. די שאלה איז נאר פארוואס איז בלויז פאר די רעגירונג פארבאטן צו באגיין געוואלטאטן. פרידליכע פראטסטירער מעגן טון אלעס, הרגענען און פלינדערן עד הסוף אבער די רעגירונג מוז זיך באגיין מיט זיידענע הענטשיך.
אין אמעריקע ווען מען זאל זיך דערוואגן צו ווארפן א פלאש באמבע אדער אנשלאגן מיט מכות א פאליציאנט, יענער וואלט איינפאך נישט ארויס מיטן לעבן, אבער ווען אוקריינא טוט עס, נא ? וואס איז דאס בריטאליטעטן פון א רעגירונג, אראפ מיט יאניקאוויטש !

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 2:08 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אוקריינע איז נישט אמעריקע. וואלט געווען דע זעלבע קאראפציע דא ווי דארט וואלט אלעס געווען טאקע גלייך. טראכט פון מיט ראמני זיצן אין תפיסה פארן חטא פון לויפן קעגן אבאמא

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:00 am
דורך פלעין יודיש
אפטעמיסט
דיינע בילדער אין פארלעמענט, קיקט אויס ווי די באוויסטע שמיני עצרת אין ראדני

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:14 am
דורך יואב
מיין שאלה איז אביסל אנדערש. טאקע אויף דער רעגירונג. נישט קיין חילוק צו די פראטעסטירער זענען גערעכט צו נישט. פאליציאנטן ארבייטן צו באשיצן דעם לאנד, און פארוואס שיקט מען זיי ארויס מיט איינפאכע שטעקנעס צו באקעמפן מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו ווארפן שווערע ציגל אין די לופטן, האקן אין קאפ פון מענטשן, און שיסן פלאש באמבעס אין פרצוף. זאלן די פראטעסטירער זיין גערעכט, און אפילו האבן די רעכט צו פראטעסטירן. וואס זענען די אומשולדיגע פאליציאנטן, וועלכע פירן אויס העכערע באפעלן, שולדיג?