טיטאניק! טיטאניק איז א מיסטעריע, כאטש עס איז מסתמא די מערסטע שטודירטע און אויסגעפארשטע שיף אומגליק אין היסטאריע איז קיינמאל נישט קלאר געווארן געהעריג בשל מי/מה הרעה הזאת.
אלע סברות און הסברים זענען נישט גענוג צו פארענטפערן עטליכע מיסטעריעס, נעמליך
1) פארוואס האבן די אבזערווירער נישט באמערקט די אייזבארג פון בערך דרייסיג מייל אוועק? עס איז געווען א זייער קלארע אויסגעשטערענטע נאכט. נאר הערשט פון דריי מייל אוועק ווען דאן איז שוין נישט געווען צו שפעט.
2) פארוואס האט די קאליפארניען שיף נישט געענפערט אויף די ליכט סיגנאלן און אויף די ראקעט סיגנאלן, עס איז געווען בלויז 5 מייל אוועק.
3) פארוואס האט דער קאפיטאן פון די קאליפארניען שיף נישט אידענטיפיצירט די טיטאניק נאר אפגעמאכט אז עס איז א קליינע אומבאקאנטע שיף?
4) וואס איז געווען די "מיסטעריע שיף" וואס פילע איבערלעבער האבן באריכטעט?
פאר צוויי יאר צוריק בערך איז דער בריטישער היסטאריקער טים מאלטין ארויסגעקומען מיט א בוך A Very Deceiving Night דארט לייגט ער פאר א נייע טעאריע וואס איז זייער שטארק באזירט אויף עדות פון דעמאלס ווי אויך אויף אלטע וועטער באריכטן פון שיפן וועלכע זענען געווען אין יענע געגענט בעפאר און נאך די אומגליק.
לויט עם איז פארגעקומען א "מיראזש" דאס הייסט א אפעקט ווען שיכטן פון הייסע און קאלטע לופט זענען גאר נאנט איינע איבער די אנדערע, דאס מיינט אויך א גרויסע חילוק און לופט פרעשור פון די לופט שיכטן כידוע (טעמפראטור און פרעשור זענען געבינדן). די לופטן ווערן דאן ווי א לענס וועלכע טוען דיסטארטן וואס די אויג זעט. געווענליך זעט מען עס זומער אויף א הייסער ראוד פונדערווייטענס זעט מען ווי כוואליעס העכער די ראוד.
בקיצור גדול, לויט עם איז די טיטאניק אריינגעפארן אין א אייז קאלטע לאבראדאר שטראם בשעת די לופט העכער איז נאך געווען ווארעם פון די ווארימע גאלף שטראם וואס איז קודם דארט געווען, דאס האט גורם געווען אז די אייזבארג איז געווען אומזעבאר ביז די לעצטע מינוט, און אויך אז די קאליפארניען האט זיי נישט געהעריג געזען.
זע דא
http://www.smithsonianmag.com/science-n ... -102040309
http://www.nytimes.com/2012/04/10/scien ... nking.html
אויך איז דא צוויי קורצע דאקעמענטאריס פון סמיטסאניען און נעשענעל זשיאגרעפיק
http://www.smithsonianchannel.com/sc/we ... al-mystery
http://natgeotv.com/uk/titanic-case-closed
טיטאניק - קעיס פארמאכט
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
טיטאניק - קעיס פארמאכט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ממרום שלח אש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
שיעור נישט א הארץ אטאקע...
ממרום וכו', האסט מיר פארפעלט א קלאפ אין הארץ מיט דיין שרעקעוודיגע קעפל
אבער האסט זייער גוט געשריבען
אבער האסט זייער גוט געשריבען
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
טעפל האט געשריבן:די חוקרים זאגען דאך יא אז די קאפיטאן האט געוואסט אז ס'איז דא אן אייזבארג נאר ער האט גהאלטען אז ס'איז גענוג שטארק אפילו ס'וועט כאפען א זעץ, נישט אזוי?
עס איז נישטא קיין שום באווייז אז קאפיטאן סמיט האט אזוי געהאלטן אדער געהאנדעלט, קיין שום נארמאלע מענטש גייט זיך נישט במכוון אנקלאפן אין א אייזבארג.
אפילו היינט צוטאגס איז נישטא אזא באגריף אז א שיף איז נישט זינקבאר. א אייזבארג איז פראקטיש א בארג, ווען צוויי אזאלכע שווערע גופים קלאפן זיך אן מיט א שנעלקייט איז נישטא די מאטריאל אין די וועלט וואס זאל קענען ארויסגיין גאנץ, זיכער נישט ווען עס איז בלויז עטליכע אינטשעס דיק מאקסימום.
זע דא
http://www.scientificamerican.com/artic ... gineering/
ער זאגט אז א אומזינקבארע שיף איז נישט קיין מציאות.
זע אויך דא
די בי בי סי טענהט אז די סעלף רייטשעס אמעריקאנער פרעסע איז געווען זייער "זשאדזשמענטעל" און קריטיקירט און באשולדיגט, בשעת די בריטישע פרעסע האט באריכטעט די טראגעדיע אן זוכן און באשאפן "שולדיגע".
http://www.bbc.co.uk/history/british/br ... shtml#four
All of the negative stereotypes can be tracked back to the American press...
א קרענק וואס אמעריקע איז נאכנישט אויסגעוואקסן עד היום הזה.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"